די גרויסע פייער אין קעיפטאון - דרום-אפריקע, איז היינט געברענגט געווארן אונטער קאנטראל, דערנאך וואס פייערלעשער האבן געארבעט איבערמידליך צו פארלעשן די פלאמען.
ווי באריכטעט נעכטן, האט א פייער זיך שנעל פארשפרייט אין די געגנט פון די באקאנטע טעיביל-מאונטען, און האט פארכאפט ריזיגע שטיקער לאנד און הייזער. אויך איז א גרויס חלק פון די אוניווערזיטעט פון קעיפטאון שטארק געשעדיגט געווארן, און פולע אומשאצבארע, ווערטפולע און היסטארישע חפצים זענען פארברענט געווארן.
א גאר היסטארישע און אלטע ווינט-מיל, וואס איז שוין אין באנוץ פאר מער פון 220 יאר, איז אויך פארברענט געווארן אין די פייער. די ווינט-מיל איז געווען די איינציגסטע פונקציאנירנדע ווינט-מיל אין גאנץ דרום-אפריקע.
די געווענליכע הערליכע פאנאראמע פון קעיפטאון, איז פארשטויבט און פאררייכערט פון די געדעכטע רויעך, וואס קומט נאך ארויס פון די וועלדער און פארברענטע געגנטער, אבער די ארטיגע באאמטע זענען צופרידן אז די פייער איז געברענגט געווארן אונטער זייער קאנטראל, און מ'זעט שוין ווי פייער סטאנציעס ברענגען צוריק זייערע טראקס.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה