אפאזיציע אין טשאד קעגן די אויפנאמע פון דער אומגעברענגטער פרעזידענט'ס זון

ווי נעכטן באריכטעט איז דער פרעזידענט פון טשאד אומגעקומען נעכטן, ווען ער האט באזוכט אויפן פראנט, וואו ס'קומען פאר די שלאכטן צווישן רעבעלן און רעגירונג קרעפטן.

דערנאך וואס זיין טאטע איז אומגעקומען, האט 'מוכאמעד דעבי' איבערגענומען די מאכט פון טשאד, דערנאך וואס די מיליטער האט אים אויפגענומען צו שטיין אין שפיץ פון די מיליטערישע קאונסיל, וואס וועט פארפיגן אויף די קומענדיגע וואלן.

ארטיגע אפאזיציע פירער זענען שטארק דערקעגן און פארשפרעכן דאס נישט צו דערלאזן.

'מוכאמעד דעבי', דער זון פון דעם פארשטארבענעם פרעזידענט, 'אידריס דעבי', האט געדינט אלס דער הויפט פון די זיכערהייט כוחות אין זיין טאטנ'ס מיליטער.

"די מיליטערישע פליגל אין לאנד זוכט נישט צו פארכאפן די מאכט אין לאנד... אונז פארזיכערן מיר אז די מיטגלידער אין די מיליטערישע קאונסיל גייען איבערגעבן די מאכט פאר דער ערוויילטער פירער, דערנאך וואס ס'קומען פאר די וואלן", זאגט איינער פון די ארטיגע מיליטערישע גענעראלן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל