כינעזער פרעזידענט ערווארטעט אויפצוטרעטן אין אלוועלטליכע ביידען קלימאטן-טויש סאמיט

אין אן אינטערעסאנטע געשעעניש איז ערווארטעט אז דער כינעזער פרעזידענט, 'שי דזשימפינג', גייט אויפטרעטן ביי א סאמיט וואס ווערט פאררופן דורך פרעזידענט ביידען.

דזשימפינג וועט אויפטרעטן ביי די ווירטואלער זיצונג צווישן צענדליגער וועלט-פירער, וואו מ'גייט אדרעסירן די קלימאטן-טויש, און וואס ס'קען געטון ווערן צו פארמינערן די שעדליכע פאלושן וואס די גרויסע פאבריקן געבן ארויס.

ביידען האט מיט עטליכע וואכן צוריק פאררופן א ווירטואלער זיצונג מיט פילע וועלט פירער. אין א צייט ווען אמעריקע און כינע האבן היבש אנגעשטרענגטע באציאונגען, זעט אבער אויס אז ווען ס'קומט צו קלימאטן-טויש האבן ביידע לענדער אן אינטערעסע אין דעם. "כינע האפט אז די סאמיט וועט זיין א גוטע פלאטפארמע צו קאפערירן מיט א גלאבאלע רעאקציע צו די קלימאטן טויש", זאגט א כינעזער באאמטע.

פרעזידענט ביידען האט איינגעלאדנט פערציג וועלט-פירער צו ארויפקומען אויף די ווירטואלער זיצונג.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל