פיליפינער פרעזידענט וויל ארויסשיקן מיליטערישע שיפן צום דרום-כינעזער ים

דער פיליפינער פרעזידענט, 'ראדריגא דוטארטעי', זאגט, אז ער איז וויליג ארויסצושיקן א נעיווי פלאטע, צו גיין פאטראלירן אין די דרום-כינעזער ים, און קאנפראנטירן די אגרעסיע פון כינע אין יענע געגנט. 

די שארפערע טאן וואס מ'הערט פון 'דוטארטעי', קומט דערנאך וואס ער קומט אונטער גרויס קריטיק אין זיין לאנד, אז ער באגיייט זיך מיטן כינעזער פראבלעם מיט זיידענע הענטשוך. 

דוטארטעי האט דורכאויס די יארן זיך דערנענטערט צום כינעזער פירער, 'שי דזשימפינג', און האט אנגעקניפט מיט אים גאנץ א ווארעמע פריינדשאפט. כינע האט פארשפראכן צו אינוועסטירן אין די פיליפין'ס, וואס רוב פון זייערע פארזיכערונגען זענען קיינמאל נישט צושטאנד געקומען. 

דוטארטעי ווייסט אז ער קען נישט ארויסגיין אין א מיליטערישע קאנפראנטאציע מיט כינע, וויבאלד די כינעזע מיליטערישע כוחות זענען פיל שטארקער פון די פיליפינער. ער האט אפילו דאס געזאגט אמאל אין פאבליק, ווי ער האט געווארנט אז א מלחמה מיט כינע - מיינט די ענדע פון די פיליפינס, ווי מ'קען איר היינט צוטאגס.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל