מאסיווע זוך-אקציע אויף פארשווינדענע אינדאניזיע סובמארין

א גרויסע זוך-אקציע איז אין קראפט אין די וואסערן נעבן די שטאט באלי, אין אינדאניזיע, דערנאך וואס א סובמארין שיף פון די אינדאניזיער מיליטער איז פארשווינדן געווארן, מיט אירע 53 נעיווי אפיצירן.

דער הויפט פון די אינדאניזיע מיליטערישע כוחות, האט פארארדנט יעדע טייל פון די מיליטער, וואס האט נאר די מעגליכקייט צוצוהעלפן מיטן געפינען די פארלוירענע שיף. אויך האט אינדאניזיע זיך געוואנדן צו אירע שכנים אוסטראליע און סינגאפור, פאר הילף צו געפינען די סובמארין.

די מיליטער האט פארלוירן קאנטאקט מיט די סובמארין שיף נעכטן, בעת וואס די שיף האט דורכגעפירט פראבעס, ארויסשיסנדיג טארפידא מיסלס. די מאנשאפט אויפן שיף זענען געווען ערווארטעט צו אריינררופן אין די מיליטערישע הויפטקווארטיר, צו איבערגעבן פאר די העכערע באאמטע וויאזוי ס'איז אריבער די פראבעס, אבער די רוף איז נישט אנגעקומען.

די פארשווינדונג פונעם מעכטיגן סובמארין שיף ברענגט אראפ די צאל סובמארינען וואס די אינדאניזיע מיליטער פארמאגט פון 5 צו 4.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל