פראטעסטן אין רוסלאנד האבן זיך אנגעהויבן, בעת וואס די אפאזיציע גרייט זיך פאר ריזיגע פראטעסטן אין די קומענדיגע טעג.
פראטעסטן קומען פאר אין אלע טיילן פון לאנד, אנגעהויבן פון סיביר ביז פעטערבורג און מאסקעווע. אויך איז פארגעקומען א פראטעסט פון עטליכע טויזנט מענטשן, אין די הויף פון א זאל, וואו דער רוסישער פרעזידענט, 'וולאדאמיר פוטין', האט אויפגעטרעטן, און די פארזאמלטע האבן געשריגן אנטי-פוטין סלאגאנען. פארלאנגענדיג די באפרייאונג פון די אפאזיציע פירער, 'אלעקסיי נאוואלני'. אזויפיל ווי פיר הונדערט מענטשן זענען ארעסטירט געווארן נעכטן ביי די פראטעסטן.
רוסישע בירגער האבן אויך אויסגעדרוקט זייער ווייטאג איבער די דירעקציע אין וואס פוטין פירט דאס לאנד, דאס איז חוץ פון די שטארקע שטיצע וואס נאוואלני געניסט ביי מיליאנען רוסישע בירגער.
די רוסישע אויטאריטעטן האבן געווארנט מיט שווערע קאנסעקווענצן פאר ווער ס'קומט ארויס פראטעסטירן, און האבן שוין ביי פריערדיגע פראטעסטן זיך אויפגעפירט זייער אגרעסיוו.
פוטין האט היינט גערעדט ביי א צוזאמקום, ווי ער האט מערסטנס-טייל גערעדט איבער די גוטע אויפטואונגען וואס ער האט געטון פאר רוסלאנד. די רעדע האט אין זייער קורצע ווערטער זיך באצויגן צו די דיפלאמאטישע קריזיסן וואס רוסלאנד גייט יעצט אריבער מיט אנדערע וועלט-לענדער, און פוטין האט געלייגט א געוויכט צו אויסרימען זיין אדמיניסטראציע.
דאס ווערט געזען ווי א פריוו צו פארשענערן זיין נאמען אין רוסלאנד, דערנאך וואס די עקאנאמיע דארט איז נישט אין די בעסטע מצב. גאר אסאך בירגער זענען נישט צופרידן פון די דירעקציע אין וואס רוסלאנד גייט. ס'דארף אבער קלארגעשטעלט ווערן, אז פוטין איז היבש פאפולער ביי רוב פון די רוסישע בירגער, אלזא קען ער זיין גאנץ רואיג אז זיין רעזשים וועט זיך האלטן, על כל פנים פאר די קומענדיג שטיק צייט פארזיכער.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה