בנט גרייט צו פארמירן א רעגירונג מיט לפיד

דער רעכטער פאליטיקאנט, 'נפתלי בנט', האט היינט געזאגט, אז ער וואלט זייער געוואלט פארמירן א רעגירונג אינאיינעם מיט 'נתניהו', אבער ער זעט נישט די מעגליכקייט פון אויפשטעלן א קאליציע ממילא וועט ער גיין מיט לפיד. דאס איז די ערשטע קלארע דעקלעראציע פון בנט אז ער איז גרייט צו פארמירן א רעגירונג מיט דער לינקער פאליטיקאנט לפיד.

אויך האט לפיד היינט זיך געלאזט הערן, זאגנדיג אז ער וואלט ענדערש געוואלט צוזאמשטעלן א רעגירונג מיט די חרדי'שע פארטייען ווי מיט די אראבישע.

נתניהו זעצט ווייטער פאר מיט זיין קאמפיין קעגן בנט. ער האט - ווי ס'זעט אויס - שוין אויפגעגעבן צו קענען אליין פארמירן א רעגירונג, אבער ער איז אויסן נישט צו דערלאזן אז בנט זאל גיין צו לפיד, און יענער זאל דערנאך האבן די מעגליכקייט צו אויפשטעלן א רעגירונג.

אויך האט ביבי היינט ארומגערופן די פירער פון די לינקע פארטייען, זיי צו איבערצייגן אז זיי זאלן שטיצן די געדאנק פון אפהאלטן וואלן דירעקט צו ערוועלן א פרעמיער מיניסטער.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל