אמעריקע גיבט די 200 מיליאן'סטע וואקסין איינשפרוץ

אין א רעדע נעכטן, האט פרעזידענט ביידען געמאלדן, אז אמעריקע איז אנגעקומען צו די 200 מיליאן נומער, וואס ער האט געהאט צוגעזאגט אז ס'וועט פאסירן.
 
"היינט זענען מיר אנגעקומען צו 200 מיליאן איינשפריצונגען, אין אונזער 92'סטע טאג אין אפיס", זאגט דער פרעזידענט. "צוויי הונדערט מיליאן איינשפריצונגען אונטער הונדערט טעג, ס'איז א מורא'דיגע דערגרייכונג פאר אונזער לאנד".

דער פרעזידענט האט אויסגעלויבט זיין אדמיניסטראציע'ס רעאקציע צו די קאראנע ווירוס, און צו פארשפרייטן און איינשפריצן די וואקסין אין וואס מער אמעריקאנער.

דער פרעזידענט האט ארויסגעברענגט, אז לויט וויאזוי זאכן זענען געווען ווען ער איז אריינגעקומען אין אפיס, האט אויסגעזען אז ס'וועט געדויערן כאטש זיבן חדשים אז מ'זאל אנקומען צו די היינטיגע נומערן, אבער אדאנק זיין אדמיניסטראציע - זאגט דער פרעזידענט - איז מען אנגעקומען צו צוויי הונדערט מיליאן איינשפריצונגען אין אזא קורצע צייט.

ביידען האט זיך שטארק באדאנקט פאר די וואלונטירן און העלט ארבייטער, וואס טיילן אויס די וואקסין, און ארויסגעברענגט אז אן זייער הילף וואלט מען נישט אנגעקומען צו וואס מ'איז אנגעקומען.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל