יונגע שווארצע מיידל דערשאסן געווארן אין אוהייאו דורך פאליציאנט

עטליכע מינוט בעפאר ס'איז ארויסגעקומען די אורטייל אויף די פאליציי אפיציר 'דעריק שאווין', איז אין קאלאמבוס - אוהייאו פארגעקומען אן אינצידענט וואס קען ווידער אויפפלאקערן דאס לאנד.

די פאליציי איז גערופן געווארן צו א געשלעג צווישן עטליכע מיידלעך. די פאליציי זענען אנגעקומען אויפן ארט, און ווי זיי געבן איבער, האט דאס מיידל געהאלטן א מעסער אין די האנט, און געוואלט דערשטעכן איינע פון די אנדערע מיידלעך וואס זענען געווען אנוועזנד.

אויף די רעקארדירונג וואס די פאליציי האט פארעפנטליכט זעט מען, וויאזוי עטליכע מיידלעך זענען אין א געשלעג, און דערנאך וויאזוי די פאליציי שיסט פיר קוילן אריין אין דעם 16 יעריגן מיידל.

די מומע פון די אומגעקומענע זאגט, אז איר ניס האט טאקע געהאט א מעסער, אבער האט עס אראפגעווארפן אויף דער ערד נאך בעפאר זי איז דערשאסן געווארן.

ספאנטאניש האבן אויסגעבראכן פראטעסטן צו פארשרייען איר אומקום, אבער ווייט נישט וואס מ'האט געזען אין מיניסאטע מיט עטליכע טעג צוריק, נאך די אומקום פון א צוואנציג-יעריגער אפריקאנער אמעריקאנער.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל