מעריק גארלענד עפנט אויספארשונג אויף די מיניאפעליס פאליציי-דעפארטמענט

אין א קורצע רעדע נעכטן, האט דער הויפט פראקוראר אין לאנד, אטוירני גענעראל מעריק גארלענד, געמאלדן אז ער לאזט אין גאנג אן אויספארשונג, צו דערגיין אויב די פאליציי אין מיניאפעליס באגייט זיך מיט אומלעגאלע כח. "די יוסטיץ-דעפארטמענט האט אויפגעמאכט א ציווילע-אויספארשונג, צו דערגיין אויב די מיניאפעליס פאליציי-דעפארטמענט פארנעמט זיך מיט אומקאנסטיטוציענאלע אדער אומלעגאלע פאליציי-קראפט", זאגט דער אטוירני גענעראל.

די אויספארשונג זעט אויס צו זיין גאנץ א גרינטליכע, ווען די יוסטיץ-דעפארטמענט איז ערווארטעט צו דערגיין וויאזוי די ארטיגע פאליציי באגייט זיך מיט פראטעסטירער. אויב זיי זענען פארמישט אין דיסקרימינאציע קעגן געוויסע מינאריטעטן. וויאזוי זיי באגייען זיך מיט מענטשן וואס זענען גייסטיש נישט געזונט. וויאזוי זיי נעמען אויף פרישע פאליציי אפיצירן. וויאזוי זיי טרענירן פרישע פאליציי אפיצירן.

די מאכט פון די יוסטיץ-דעפארטמענט, צו קענען דורכפירן אויספארשונגען אויף פאליציי-דעפארטמענטס איבערן לאנד, איז זיי געגעבן געווארן אין יאר 1994, ווען אמעריקע האט זיך געקאכט מיט די 'ראדני קינג' געשעעניש. דאס איז געווען ווען א שווארצער יוגענטליכער איז שווער אנגעשלאגן געווארן דורך עטליכע פאליציאנטן, דערנאך וואס ער איז שוין געווען אונטער זייער קאנטראל. יענע געשיכטע האט אויפגעשאקלט דאס לאנד, און איז געווען פון די ערשטע ראסע דיסקרימינאציעס, וואס אדאנק די רעקארדירונג האט דאס לאנד געזען וואס דארט איז פארגעקומען.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל