א הויכער פאליציי-אפיציר איז אויפגעזאגט געווארן אין ווירדזשיניע, דערנאך וואס ער האט געגעבן 25 דאלער פאר 'קיעל ריטענהאוז', דער יוגענטליכער וואס האט אומגעברענגט צוויי שווארצע פראטעסטירער אין קאנאשע-וויסקאנסן.  די אינצידענט איז פארגעקומען מער פון א האלבע יאר צוריק, ווען ס'זענען פארגעקומען גרויסע פראטעסטן אין מיניסאטע.  דער יוגענטליכער 'קייעל ריטענהאוז', איז דאן געקומען צו פארן צו די קאנאשע געגנט, וואו ער איז ארומגעגאנגען מיט א גרויסע רעוואלווער, און האט אומגעברענגט צוויי שווארצע פראטעסטירער. ריטענהאוז זאגט, אז ער האט זיי דערשאסן פאר זעלבסט-באשיצונג. ער איז אנגעקלאגט געווארן מיט מארד-קלאגעס.  דער דערמאנטער פאליציי-אפיציר איז געשטעלט געווארן אין א זייט, ווען קלאנגען האבן אנגעהויבן קורסירן, אז ער האט בייגעשטייערט געלט פארן יוגענטליכער שיסער, און האט דערביי צוגעשריבן ווי פאלגנד: "יעדער פאליציאנט שטיצט אייך. ווערט נישט אנטמוטיגט דורך די פאליטישע לאגע פון געזעץ אינפארסירער.

א הויכער פאליציי-אפיציר איז אויפגעזאגט געווארן אין ווירדזשיניע, דערנאך וואס ער האט געגעבן 25 דאלער פאר 'קיעל ריטענהאוז', דער יוגענטליכער וואס האט אומגעברענגט צוויי שווארצע פראטעסטירער אין קאנאשע-וויסקאנסן.

די אינצידענט איז פארגעקומען מער פון א האלבע יאר צוריק, ווען ס'זענען פארגעקומען גרויסע פראטעסטן אין מיניסאטע.

דער יוגענטליכער 'קייעל ריטענהאוז', איז דאן געקומען צו פארן צו די קאנאשע געגנט, וואו ער איז ארומגעגאנגען מיט א גרויסע רעוואלווער, און האט אומגעברענגט צוויי שווארצע פראטעסטירער. ריטענהאוז זאגט, אז ער האט זיי דערשאסן פאר זעלבסט-באשיצונג. ער איז אנגעקלאגט געווארן מיט מארד-קלאגעס.

דער דערמאנטער פאליציי-אפיציר איז געשטעלט געווארן אין א זייט, ווען קלאנגען האבן אנגעהויבן קורסירן, אז ער האט בייגעשטייערט געלט פארן יוגענטליכער שיסער, און האט דערביי צוגעשריבן ווי פאלגנד: "יעדער פאליציאנט שטיצט אייך. ווערט נישט אנטמוטיגט דורך די פאליטישע לאגע פון געזעץ אינפארסירער.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל