אין א דראמאטישע אנטוויקלונג, האט די באקינגהען פאלאץ, וואס איז די אפיציעלע רעזידענץ וואו ס'זיצט די קעניגן פון ענגלאנד, ארויסגעלייגט א געשריבענע סטעיטמענט, וואו זיי מעלדן אז די פאלאץ האט אויפגעעפנט אן אויספארשונג אויף פרינצעסן 'מעגין מארקל'. מעגין מארקל איז די ווייב פון פרינץ 'הערי', א זון פון קרוין פרינץ 'טשארלס', א זון פון קעניגן 'אליזאבעט' פון ענגלאנד.  די אויספארשונג איז געבויעט אויף די אמאל פאפולערע פרינצעסן וועלכע ווערט - לויט געוויסע לשון-הרע מאגאזינען אין ענגלאנד - באשולדיגט אויף טשעפענען עטליכע פון אירע באדינער. ס'איז נישט קיין גרויסע חידוש אז די קעניגרייך האט זיך צוגעכאפט צו די באריכט ווי צו א שטיקל געבראטנס, דערנאך וואס 'מעגין' האט זיי געוויזן דעם רוקן, און זיך געגאנגען איר וועג, אינאיינעם מיט איר מאן 'הערי'.  'מעגין' און 'הערי' האבן חתונה-געהאט מיט דריי יאר צוריק, און זייער הייראט איז געווען א וועלט'ס געשעעניש, כאטש אויך ארומגענומען מיט דראמע, דאן פון די מארקל פאמיליע. נאך איר חתונה איז זי געווען זייער באליבט און פאפולער ביים בריטישער פאלק, און ס'האט אויסגעזען אז ס'ווארט איר אפ א שיינע צוקונפט אין ענגלאנד.  אבער זייענדיג אן אמעריקאנער, האט זי עפעס נישט פארנומען די קעניגליכע כללים, די בייגן, די שטיין, די זיצן, אלעס האט פראטאקאלן אין די קעניגליכע פאמיליע, און מ'איז ממש נישט קיין מענטש פאר זיך אליין.  און אזויווי ס'איז שטענדיג, האבן די בריטישע לשון-הרע פאפירן געזוכט און גענישטערט צו טרעפן עפעס הייסע ווארע אויף איר, אזוי אז ס'זאל גיין א רויעך. אנדערע זענען געווען אומצופרידן אז 'הערי' האט חתונה געהאט מיט א האלב שווארצע פרוי (מעגין'ס מאמע איז שווארץ). אנדערע זענען סתם אזוי נישט געווען צופרידן אז זי פירט זיך איר אייגענע לעבן, און לאכט א פיינס פון די קעניגליכע געזעצן.  אויטאמאטיש האט די קריטיק זיך אריינגעזעצט ביי געוויסע אין די בריטישע געמיינדע, און 'מעגין' האט אפגעמאכט אז זי האט געהאט גענוג מיט די בריטישע מידיע. זי און איר מאן האבן געזאגט א שיינעם יישר כח פאר די קעניגן, און זיך אפגעזאגט פון צו דינען זייער קעניגליכע ראלע.  נישט לאנג דערנאך האט דאס פארפאלק געמאלדן אז זיי ציען זיך אוועק פון ענגלאנד, צו קענען לעבן א רואיגער אלגעמיינער לעבן, אן די פאמפאראציע מיט וואס א קעניגליכער מיטגליד איז ארומגענומען.  איר מאן 'הערי' האט שוין פון אלס קינדווייז אן געוויזן אז ער האט נישט קיין גרויס חשק זיך צו אנבינדן אין די קעניגליכע לעבנ'ס שטייגער. אבער למעשה איז ער געווען פון קעניגליכע בלוט, און די בריטישע פאלק האט אים גאר שטארק געגליכן. יעצט, זעענדיג א פיינע געלעגנהייט, האט די פאלאץ געמאלדן אז זיי גייען אויספארשן די באשולדיגונגען אז 'מעגין' האט זיך אויפגעפירט פרעך מיט אירע באדינער.  'מעגין' האט אין אן אינטערוויו זיך געלאזט הערן מיט א רעאקציע: "איך ווייס נישט וויאזוי זיי קענען ערווארטן אז נאך די גאנצע צייט זאלן מיר נאכאלץ זיין שטיל, ווען די אפיציעלע מענטשן האבן אן אקטיווער ראלע אין פארשפרייטן ליגנט איבער אונז". די אינטערוויו איז ערווארטעט צו ווערן אויפגעשפילט אויף א גרויסע טעלעוויזיע סטאנציע. איר מאן 'הערי' זיצט דארט אינאיינעם ביים אינטערוויו, וואו ער שטעלט זיך גאר שטארק ארויס פאר זיין פרוי.

אין א דראמאטישע אנטוויקלונג, האט די באקינגהען פאלאץ, וואס איז די אפיציעלע רעזידענץ וואו ס'זיצט די קעניגן פון ענגלאנד, ארויסגעלייגט א געשריבענע סטעיטמענט, וואו זיי מעלדן אז די פאלאץ האט אויפגעעפנט אן אויספארשונג אויף פרינצעסן 'מעגין מארקל'. מעגין מארקל איז די ווייב פון פרינץ 'הערי', א זון פון קרוין פרינץ 'טשארלס', א זון פון קעניגן 'אליזאבעט' פון ענגלאנד.

די אויספארשונג איז געבויעט אויף די אמאל פאפולערע פרינצעסן וועלכע ווערט - לויט געוויסע לשון-הרע מאגאזינען אין ענגלאנד - באשולדיגט אויף טשעפענען עטליכע פון אירע באדינער. ס'איז נישט קיין גרויסע חידוש אז די קעניגרייך האט זיך צוגעכאפט צו די באריכט ווי צו א שטיקל געבראטנס, דערנאך וואס 'מעגין' האט זיי געוויזן דעם רוקן, און זיך געגאנגען איר וועג, אינאיינעם מיט איר מאן 'הערי'.

'מעגין' און 'הערי' האבן חתונה-געהאט מיט דריי יאר צוריק, און זייער הייראט איז געווען א וועלט'ס געשעעניש, כאטש אויך ארומגענומען מיט דראמע, דאן פון די מארקל פאמיליע. נאך איר חתונה איז זי געווען זייער באליבט און פאפולער ביים בריטישער פאלק, און ס'האט אויסגעזען אז ס'ווארט איר אפ א שיינע צוקונפט אין ענגלאנד.

אבער זייענדיג אן אמעריקאנער, האט זי עפעס נישט פארנומען די קעניגליכע כללים, די בייגן, די שטיין, די זיצן, אלעס האט פראטאקאלן אין די קעניגליכע פאמיליע, און מ'איז ממש נישט קיין מענטש פאר זיך אליין.

און אזויווי ס'איז שטענדיג, האבן די בריטישע לשון-הרע פאפירן געזוכט און גענישטערט צו טרעפן עפעס הייסע ווארע אויף איר, אזוי אז ס'זאל גיין א רויעך. אנדערע זענען געווען אומצופרידן אז 'הערי' האט חתונה געהאט מיט א האלב שווארצע פרוי (מעגין'ס מאמע איז שווארץ). אנדערע זענען סתם אזוי נישט געווען צופרידן אז זי פירט זיך איר אייגענע לעבן, און לאכט א פיינס פון די קעניגליכע געזעצן.

אויטאמאטיש האט די קריטיק זיך אריינגעזעצט ביי געוויסע אין די בריטישע געמיינדע, און 'מעגין' האט אפגעמאכט אז זי האט געהאט גענוג מיט די בריטישע מידיע. זי און איר מאן האבן געזאגט א שיינעם יישר כח פאר די קעניגן, און זיך אפגעזאגט פון צו דינען זייער קעניגליכע ראלע.

נישט לאנג דערנאך האט דאס פארפאלק געמאלדן אז זיי ציען זיך אוועק פון ענגלאנד, צו קענען לעבן א רואיגער אלגעמיינער לעבן, אן די פאמפאראציע מיט וואס א קעניגליכער מיטגליד איז ארומגענומען.

איר מאן 'הערי' האט שוין פון אלס קינדווייז אן געוויזן אז ער האט נישט קיין גרויס חשק זיך צו אנבינדן אין די קעניגליכע לעבנ'ס שטייגער. אבער למעשה איז ער געווען פון קעניגליכע בלוט, און די בריטישע פאלק האט אים גאר שטארק געגליכן. יעצט, זעענדיג א פיינע געלעגנהייט, האט די פאלאץ געמאלדן אז זיי גייען אויספארשן די באשולדיגונגען אז 'מעגין' האט זיך אויפגעפירט פרעך מיט אירע באדינער.

'מעגין' האט אין אן אינטערוויו זיך געלאזט הערן מיט א רעאקציע: "איך ווייס נישט וויאזוי זיי קענען ערווארטן אז נאך די גאנצע צייט זאלן מיר נאכאלץ זיין שטיל, ווען די אפיציעלע מענטשן האבן אן אקטיווער ראלע אין פארשפרייטן ליגנט איבער אונז". די אינטערוויו איז ערווארטעט צו ווערן אויפגעשפילט אויף א גרויסע טעלעוויזיע סטאנציע. איר מאן 'הערי' זיצט דארט אינאיינעם ביים אינטערוויו, וואו ער שטעלט זיך גאר שטארק ארויס פאר זיין פרוי.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל