אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט פארשט מדינת ישראל

אין א מאדנע שריט האט די אינטערנאציאנאלער געריכט אין 'האג' געלאזט וויסן אז זי גייט אנהויבן אן אויספארשונג צו זען אויב מדינת ישראל האט דורכגעפירט מלחמה פארברעכנס אין די לעצטע עטליכע עזה געפעכטן.

דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער 'נתניהו', איז ארויסגעקומען גאר שארף קעגן די מעלדונג, און עס אנגערופן ריין אנטיסעמיטיזם. "די באשלוס פון די אינטערנאציאנאלע געריכט, צו אנהויבן אן אויספארשונג קעגן מדינת ישראל, וועגן מלחמה פארברעכנס, איז א ווילדע אקט. ס'איז ריכטיגע אנטיסעמיטיזם, און היפאקריטיע אויפן העכסטן פארנעם, אן קיין שום רעכט האבן זיי אפגעמאכט אז אונזערע העלדישע זעלנער, וואס טוען אלעס כדי צו פארמיידן ציווילע פארלוסטן, קעגן די ערגסטע טעראריסטן, וואס טוען דירעקט צילן אויף ציווילע בירגער". און ער פירט אויס מיט א קענטיגע אויפרעגעניש, "און ס'איז אונזערע זעלנער וואס זענען מלחמה-פארברעכער?"

אויך אמעריקע האט שארף פארדאמט די מעלדונג ארויס פון האג. סעקרעטערי אף סטעיט 'ענטעני בלינקין', האט אויף טוויטער אראפגעריסן דעם באשלוס. אויך האט א סטעיט-דעפארטמענט ווארטזאגער אראפגעריסן דעם באשלוס, זאגנדיג אז אמעריקע איז שטארק אנטוישט מיט די אינטערנאציאנאלע געריכט, און אז די פאראייניגטע שטאטן וועט אנהאלטן איר נאנטשאפט מיט מדינת ישראל, און וועט זיך קעגנשטעלן יעדע פריוו פון אומרעכט קעגן מדינת ישראל.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל