א קוואל אינערהאלב סאודי אראביע געבט איבער, אז די סאודישע קעניגרייך וויל זייער אז דער יעצטיגער פרעמיער מיניסטער - בנימין נתניהו זאל זיגן אין די קומענדיגע וואלן.
יענער ציטירט ווערטער פון א הויכער באאמטער אין די סאודישע קעניגרייך: "נישט נאר האבן אונז ליב נתניהו, נאר מיר האבן אים זייער ליב, ער איז געוואלדיג, ער האט די נויטיגע כאריזמע, און ער ווייסט וואס ער טוט. אונז זעמיר זייער באזארגט אז דער פירער פון די אפאזיציע (יאיר לפיד), וועט אים איבערנעמען, און אוועקנויגן פון די נתניהו פאלעסיס. אונז זע מיר נתניהו אלס דער פירער פון די קאמף קעגן איראן".
פאר עטליכע יאר צוריק, וואלט אזא באריכט אויפגעשאקלט די פאליטישע וועלט, אבער אין די לעצטע עטליכע יאר איז דער סאודישער קרוין פרינץ 'מוכאמאד בין סאלמאן', שטארק נאנט געווארן מיט מדינת ישראל, וואס דאס מיינט אז סאודי אראביע איז געווארן אן אליאירטער מיט מדינת ישראל.
אויך האט די אייניגע פיינט וואס די צוויי לענדער טיילן, נעמליך איראן, אויך צוגעגעבן אז די צוויי געשוואוירענע פיינט זאלן נאנטער קומען. אן אומבאשטעטיגטע באריכט מיט צוויי חדשים צוריק האט געוויסט צו דערציילן אז נתניהו איז אפגעפלויגן קיין סאודי אראביע, זיך צו טרעפן מיט ארטיגע רעגירונג'ס באאמטע.
פאר צענדליגע יארן איז סאודי אראביע געווען איינע פון די הויפט קעמפפער קעגן מדינת ישראל, און האט געשטיצט יעדע רוקעדיגע זאך וואס האט זיך געשלאגן מיט איזראעל.
סאודי אראביע זעט זיך אויך אלס דער פירער פון די שלום פיבער, וואס נעמט ארום יענע ראיאן, און וויל אנהאלטן די סטאטוס פאר יעדע פרייז.
אגב. די ביידען אדמיניסטראציע האט געמאלדן, אז זיי וועלן אנהאלטן די שלום גאנג וואס דער פריערדיגער פרעזידענט טראמפ האט אויסגעהאמערט, און וועלן גיין ווייטער צו ברענגען פרידן מיט נאך לענדער וואס זענען פיינטליך צו מדינת ישראל.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה