אנאליז: די מהלכים וואס די געריכט קען אננעמען איבער די עלעקשאן-פראָוד

א ברייטע שמועס איבער די עטליכע מהלכים וואס דער געריכט קען אננעמען, איבער די קלאר אויפגעוויזענע וואל שווינדלערייען איבערן גאנצן לאנד, און וואס איז מער מסתבר אז דער געריכט וועט למעשה נעמען שריט.

אינעם נעכטיגן ארטיקל האבן מיר דא אראפגעברענגט די קלארע און אומלייקנבארע באווייזן, ווי אזוי די פילאדעלפיע שווינדלער'ס האבן פשוט און גראד אנגעפירקעלט איבער 98,000 אבסענטי בעלאט'ס, און האבן עס 'בגניבה' אויסגעפילט פאר דזשאו ביידן, און עס דערנאך צוגעלייגט צו דער אלגעמיינער וואוטינג קאונט. מיר האבן דא נעכטן אראפגעברענגט עטליכע סקרין שאט'ס פון די פילאדעלפיע בארד אוו עלעקשאן'ס, ווי יעדער איינער האט געקענט קלאר זען מיט די אייגענע אויגן, ווי אזוי זיי האבן געהאט אבסענטי בעלאט'ס וואס זענען צוריקגעקומען אינעם זעלבן טאג וואס מ'האט זיי ארויסגעשיקט, און אנדערע בעלאט'ס וואס זענען גאר צוריקגעקומען 'א טאג פריער' פון ווען מ'האט זיי ארויסגעשיקט.. וכו' וכו'.. 'סוף דבר הכל נשמע', אז די פילאדעלפיע קרוקס האבן געהאט א סך הכל פון 98,000 אבסענטי בעלאט'ס, וועלכע זענען רעקארדירט געווארן אין זייער אייגענע עלעקשאן סיסטעם, וועלכע פארמאגן "אוממעגליכע ריטורן דעיטס"..! 51,000 בעלאט'ס וועלכע זענען ''וואונדער איבער וואונדער'' צוריקגעקומען בלויז דעם נעקסטן טאג פון ווען מ'האט עס אנגעבליך ארויסגעמעילט פונעם בארד אוו עלעקשאנ'ס.. 35,000 וועלכע זענען בדרך נס צוריקגעקומען דעם זעלבן טאג פון ווען מ'האט עס ארויסגעשיקט..! און 23,000 בעלאט'ס וועלכע זענען "בדרך מופת" צוריקגעקומען א טאג פריער פון ווען מ'האט עס ארויסגעשיקט..! א סך הכל פון 98,000 בעלאט'ס וועלכע פארמאגן "אומפאסיבאל רעטורן דעיט'ס".

דאס איז בלויז איינ'ס פון די קלארע און אומלייקנבארע שווינדלערייען, וועלכע פלאגן די איבער 800,000 אבסענטי בעלאט'ס וועלכע זענען אריינגעקומען פון איבער דער גאנצער סטעיט פון פענסילוועניע, באווייזן וועלכע טוען קלאר און דייטליך אריינווארפן די גאנצע מערכת המעיל-אין בעלאט'ס אונטער א ערנסטע פראגע צייכן, און באווייזן וועלכע ווארפן אפ די אלע נארישע אויסריידן פון די דעמאקראטן, אז עס איז נישטא דא קיין שום "סובסטענשעל עווידענס" איבער וואוטינג פראד... דאס איז פשוט נישט ריכטיג..! חוץ פון די נעכטיגע אנטדעקונג פון די ''אוממעגליכע רעטורן דעיט'ס'', אן אנטדעקונג וועלכע איז צושטאנד געקומען דורך קאנסערוואטיווע פריוואטע אויספארשער, האבן הונדערטע עדות פונעם גאנצן סטעיט פון פענסילוועניע אריינגעגעבן געשוואוירענע אפידעווידיס, ווי יעדער איינער געט דארט אראפ 'א עדות'שאפט' אונטער א שבועה, איבער די קלארע און אפענע שווינדלערייען וועלכע זיי האבן געהאט צוגעזען מיט 'זייער אייגענע אויגן'.. 

און חוץ פון דאס אלעס זענען אויך פארהאן הונדערטע ווידיאו'ס און בילדער פון קלארע וואל שיינדל און באטריג, און חוץ פון דעם איז אויך פארהאן עטליכע "וויסיל בלויער'ס" וועלכע האבן שוין עדות געזאגט אינעם פעדעראלן געריכט אונטער דעם וויטנעס פראטעקשאן פראגראם, אז זיי זענען פארארדענט געווארן דורך זייערע סופערווייזער'ס אפן און פראסט צו באגיין הארבע קרימינאלע וואוטינג פראד...! (נישט אומזיסט האט וויליאם באר דער אטורני דזשענעראל ארויסגעגעבן א באפעל פאר די דזשאסטוס דעפארטמענט מיט די FBI ,אז זיי זאלן אנהייבן נאכגיין אלע קלאגעס איבער וואוטינג פראד, און אנהייבן ארייינצוגעבן פעדעראלע קרימינאלע קלאגעס אקעגן די אלע באטרעפענע פארשוינען... "דארט ווי עס איז דא רויעך איז דא פייער"... אויב וואלט ווען נישט געווען קיין קלארע און 'קאנווינסינג' הוכחות, וואלט ער ווען דאס נישט געטון, נאכדעם וואס ער לעבט זיך נישט אמבעסטן מיטן פרעזידענט, כידוע...)


אזוי אז די שווינדלערייען וועלכע זענען דארט פארגעקומען איז 'קלאר' און 'אומלייקנבאר', און עס איז קלאר אז קיין שום געריכט וועט נישט קענען פשוט און פראסט 'זיך נישט וויסענדיג מאכן' פון אזעלכע קלארע און אפענע "וואוטינג פראד". און "עפעס" וועט דער געריכט דארפן דא טון אין דעם ענין. און דער מיליאן דאלאר פראגע דא איז, וואס וועט זיין דער "עפעס" וואס דער געריכט וועט דא נעמען שריט. די מערסטע פאפולערע מהלך וואס סיי די רעפובליקאנער און סייי דעמאקראטן טוען די מערסטע אויסלופטערן ברבים, איז אז דער סופרים קאורט וועט פשוט ארויסווארפן מעיל אין בעלאט'ס לויט די נומערן פון די אויפגעוויזענע פאלטשע בעלאט'ס. דאס טייטש אזוי, אויב וועלן די פענסילוועניע רעפובליקאנער אויפווייזן אין געריכט אז אין פענסילוועניע האט מען געפעלטש ארום 150,000 פאלשע בעלאט'ס, דעמאלט'ס וועט דער געריכט ארויסטראסקענען 150,000 מעיל אין בעלאט'ס פונעם גרויסן חשבון, און דער סך הכל וויילער פונעם סטעיט אוו פענסילוועניע וועט ווערן רעדוצירט מיט אט דעם אויבנדערמאנטע סכום. איי? פון וועט מען וויסן פאר וועמען אט די אלע פאלטשע וויילער האט פאקטיש געהאט געשטימט אינעם עלעקשאן..? אויף דעם קען מען נוצן א מהלך, אז מען וועט נאכקוקען דעם דזשענעראל 'פראסענטידזש רעיט' פון די אבסענטי בעלאט'ס אינעם גאנצן סטעיט, און לויט דעם פראסענטיזש וועט מען רעדוצירן די נומערן פאר ביידע קאנדידאטן. דאס הייסט אז היות אין פענסילוועניע האבן אבסענטי וויילער אין דורכשניט געשטימט פאר דזשאו ביידן אין 80% פון די בעלאט'ס, און פאר טראמפ נאר אין 20% פון די בעלאט'ס, דעמאלט'ס ווען דער געריכט וועט ארויסווארפן די אנגעבליכע הונדערט פופציג טויזענט אומלעגאלע אבסענטי בעלאט'ס, ווען מען רעדוצירן פונעם אלגעמיינעם וויילער חשבון 80% פון דזשאו ביידן, און 20% פון פרעזידענט טראמפ..! ווייט מער ווי גענוג אז דער פרעזידענט זאל זיך קענען ''אויסגראדן'' מיט די יעצטיגע דזשאו ביידן ליד פון 60,000 שטימען. 

דער דאזיגע מהלך איז שוין די מער פראגמאטישע מהלך פון צווישן די מהלכים וועלכע ווערן יעצט אויסגעלופטערט אין די פרעסע און איבעראל. יורידישע עקספערטן וועלכע זענען באהאווענט מיט די הלוך ילך פונעם העכסטן געריכט, טענה'ן אבער מיט א פעסטקייט, אז דער דאזיגע מהלך וועט נאר ווערן אדאפטירט דורך דער געריכט, אויב די ריכטער וועלן האבן ערנסטע צווייפלנישן איבער די רעאקציע פון די מיליאנען ביידן וויילער איבערן לאנד, אין אנדערע ווערטער, דאס איז שוין די מהלך וואס איז די מערסטע ליבעראל פאר די דעמאקראטן מצד די סופרים קאורט ריכטער... אין א מער קאנסערוואטיווע מהלך וועלן די ריכטער פשוט און פראסט ארויסטראסקענען אלע 'אבסענטי בעלאט'ס'.. פשוטם כמשמעם..! לויט יורידישע מוחים איז דער דאזיגע מהלך אסאך מער א געריכטליכע צוגאנג צו דער פראבלעם ווי דער ערשטער, די ריכטער וועלן אין אזא פאל זאגן פאר די דעמאקראטן: "עטץ האט'ס דא במזיד געפעלטשט הונדערטע טויזנטער בעלאט'ס, איך קען נישט דיפערענטשן וועלכע בעלאט'ס זענען טראמפ אדער ביידן, דעריבער זייט'ס געזונט, און מיר ווארפן ארויס אלע מעין אין בעלאט'ס..! 

אבער דער דאזיגע מהלך וועלכע די דעמאקראטן רעדן זיך איין אז דער געריכט וועט אננעמען, דהיינו אז זיי וועלן נישט פסלען קיין שום בעלאט'ס, היות זיי וועלן נישט וויסן וויפיל ביידן און וויפיל טראמפ בעלאט'ס צו פסל'ן.. דאס איז א מהלך וואס איז גאר שווער צו גלייבן אז דער געריכט וועט זיך דאס קענען ערלויבן.. נאך אלעמען זענען דא פעסטע און ערנסטע און קלארע 'שווינדלערייען' און 'פראד' אויף א מאסנשטאבליכע פארנעם.. ווי אזוי קען דער העכסטע געריכט אין לאנד זאגן בפה מלא: "קינדערליך מיינע, איר האט טאקע געשווינדעלט און געפעלטשעוועט אין גרויסן, אבער איך האב שוועריגקייטן דאס פונאדערצושיידן פון די גוטע שטימען, דעריבער גייט'ס אייך געזונטערהייט"... דאס איז עפעס וואס דער געריכט קען בשום אין אופן נישט טון, צו די גרויסע אנטריסינג פון די דעמאקראטן איבערן גאנצן לאנד...

(קרעדיט: קול ברמה)

נעמט אין אכט: די מיינונגען וועלכע איז אויסגעדרוקט דורכאויס די אנאליז קומען פון די "קול ברמה" טעגליכע אויסגאבע, און טוט נישט פארשטעלן די מיינונגען פון די אידישע נייעס וועבזייטל.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל