אידישע נייעס: באריכט פאר דאנערשטאג חי' שרה

איראן זעצט פאר מיט איר בארייכערונג פון אוראניום:
דער יו.ען. אינטערנאציאנאלע אטאמישער ענערגיע אגענטור האט אין א נייע באריכט באשטעטיגט אז איראן טוט ווייטער פארלעצן די 2015 נוקלאערע אפמאך מיטן בארייכערן מער אוראניום וואו זי מעג, לויט די באריכט האט איראן יעצט אין איר באזיץ 2,442 קילאגראם פון נידריג בארייכערטע אוראניום ארויף פון 2,105 קילאגראם וואס זי האט געהאט פאר 3 חדשים צוריק, וואס דאס איז איבער צעהן מאל מער וואו די 202 קילאגראם וואס זי איז ערלויבט צו האבן אין איהר באזיץ אונטער די 2015 אפמאך, וואו אויך שרייבט דער באריכט אז איראן בארייכערט איר אוראניום אויף אסאך א העכערע שטאפל וואו זי איז ערלויבט.

באכרעינער פרעמיער מיניסטער געשטארבן: דער באכרעינער פרעמיער מיניסטער פרינץ כאליפא בין סאלמאן על כאליפא איז געשטארבן אין עלטער פון 84 יאר, דער פרעמיער איז שוין אין אמט פאר נאנט צו פופציג יאר זינט דער ערשטער טאג וואס באכריין האט זיך דערקלערט זעלבסטשטענדיג פון בריטאניע און 1971 ,פאר א שטיק צייט צוריק איז ער קראנק געווארן און מ'האט איהם טראנספארטירט צו די מאיא קליניק שפיטאל אין אמעריקע פאר מעדעצינישע באהאנדלונגן, פאר עטליכע טעג צוריק האבן דאקטורים אויפגעגעבן האפענונג אויף איהם און נעכטן איז ער געשטארבן, באכרעין האט אויסגערופן א זיבן טאגיגע טרויער אויף דער פארשטארבענער פרעמיער.

אמעריקע זעהט איר ערגסטע טאג אין דער היסטאריע פון דער קאראנע-וויירוס: אין דער צייט וואס מערסטנס אמעריקאנער זענען פארנומען מיט דער אויסקום פון די וואלן האט דער קאראנע וויירוס באוויזן צו ברעכן א שטוינענדע און שרעקעדיגע רעקארד פון נייע קעיסעס אין א טאג, דינסטאג האט אמעריקע רעקארדירט פרישע 142,212 קאראנע פעלער און נאנט צו  1,500 טויטפעלער, די גרעסערע סטעיטס זענען די וואס ליידן די מערסטע פון די אויסברוך מיט טעקסאס, קאלעפארניע, און אילינאוי, האבענדיג גאר הויכע ציפערן פון פרישע קעיסעס, דאס קומט אין א צייט וואס דער פרעזידענט עלעקט דזשאו ביידן האט שוין אנגעהויבן צו ארבייטן מיט גאווערנערס פון סטעיטס צו פארזיכערן זיין מאסק מאנדאט וואס ער פלאנט ארויפצושטעלן ווען ער קומט אריין אין אפיס.

גאווערנער קאומאו מעלדט פרישע באגרעניצונגן אויף ניו יארק: ניו יארק גאווערנער קאומאו האט נעכטן געמאלדן פרישע באגרעניצונגן אויף ניו יארק סטעיט וואס וועלן אריינגיין אין קראפט מארגן פרייטאג, לויט די פרישע באגרעניצונגן וועלן געשעפטן וואס פארקויפן אלקעהאל מוזן פארמאכן צעהן אזייגער אויף דער נאכט, און אזוי אויך וועלן ספארט-זאלן זיך דארפן צושפארן ביז 10 אזייגער ביינאכט, פארזאמלונגען אין פריוואטע הייזער וועלן נישט מעגן פארקומען מיט מער וואו 10 באטייליגטע, דאס קומט צוליב א פרישע אויפשטייג פון קעיסעס און די סטעיט מיט 1,628 פרישע פאזיטיווע קעיסעס פון 160,000 טעסטס גענומען וואס איז נאנט צו א 3 פראצענט פאזיטיוו ראטע.


פאמפעא פארט אויף גרויסע רייזע: דער אַמעריקאַנער סעקרעטערי אָוו סטעיט מייק פאָמפעיא האָט געמאָלדן נעכטן אַז ער וועט פאַרלאָזן דאָס לאַנד און זיך אַרויסלאָזן אויף א גרויסע אינטערנאַציאָנאַלע רייזע, צוצוגרייטן דעם באָדן פאַר א צווייטע טערמין פון פרעזידענט טראָמפ. די רייזע וועט דויערן צען טעג, און פאָמפעיא וועט באַזוכן אַמעריקאַנער אַליאירטע לענדער אין אייראָפע און אינעם מיטל-מזרח. צוערשט וועט ער פרייטאָג אָנקומען קיין פאַריז, דערנאָך קיין איסטאַנבול, טערקיי, דערנאָך קיין גרוזיע. פון דאָרט וועט ער פאָרן קיין ירושלים, און דריי אַראַבישע גאָלף לענדער, יונייטעד אראב עמירעיטס, קאַטאַר און סאַודי אַראַביע.

כינע גראטולירט נישט דזשאו ביידען: די כינעזער רעגירונג האָט קלאָרגעשטעלט אַז זיי האָבן געהערט פון דזשאָו ביידען אַז ער האָט זיך דערקלערט דער געווינער פון די אַמעריקאַנער פרעזידענט וואַלן, אָבער דערווייל שיקן זיי נישט קיין באַגריסונג. א וואָרטזאָגער פאַר כינע'ס פרעזידענט שי דזשינפינג האָט געזאָגט אַז ער וועט נאָכפאָלגן אינטערנאַציאָנאַלע פירונגען און וועט רעספעקטירן אַז עס איז אין אַמעריקע פאַרהאַן א געזעצליכע פראָצעדור צו דערקלערן א פרעזידענט עלעקשאָן געווינער, און דערווייל האָט דאָס נישט פאַסירט. ס'איז ווערד צו באַטאָנען אַז אונטער טראָמפ איז געווען די סיטואַציע מיט כינע שטאַרק אָנגעצויגן.

ביידען טעסק פָארס אנטי-וואקסין: די ברעמען האָבן זיך געהויבן נעכטן ווען מען האָט געהערט קאָמענטאַרן פון א מיטגליד פון דזשאָו ביידען'ס קאָראָנאָ וויירוס טעסק פאָרס, וואָס די קאָמענטאַרן זענען אויסגעטייטשט געוואָרן היפש אַנטי-וואַקסין גענייגט. די קאָמענטאַרן זענען געקומען פון עזיקיעל עמאניועל, וועלכער האָט דאָס שוין געזאָגט אין סעפטעמבער נאָר עס איז יעצט אַפירגעקומען. עמאניועל האָט געזאָגט אַז אַמעריקע טאָר נישט האָבן קיין "וואַקסין נאַציאָנאַליזם", דאָס הייסט אַז יעדער זאָל וועלן נעמען די וואַקסין פאַר פאַטריאָטישע סיבות. די שאלה איז צו עמאניועל: פאַרוואָס עפעס? דער ענטפער איז: בלויז ווייל א וואַקסין איז א געווינס פאר טראמפ.

(קרעדיט: לוח הציבור - דער טאָגבלאַט)


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל