זעהט ווידעא פון קורצע "אונטער די קוליסן" סצענעס וויאזוי די געטרייע איבערגעגעבענע וואלונטירן פון די "וועלטעב" ארגאניזאציע גיבט זיך אפ פאר'ן כלל.

וועלטעב, איז א נייע געגרינדעטע ארגאניזאציע וועלכע איז שטארק באקאנט געווארן דורכאויס די פענדעמיע ווען טויזענטער אידישע פאציענטן זענען ליידער געליגן אין שפיטאל ליידנדיג פון שווערע יסורים, איבערהויבט פונעם פאקט אז קיין פאמיליע מיטגלידער האבן נישט געקענט זיין נאנט צום פאציענט דורכאויס זיינע שווערסטע מינוטן, זענען די וועלטעב וואלונטירן ארומגעגאנגען אויסטיילן איבער טויזענט טאַבלעטס פאר פאציענטן (וועלכע האבן נישט קיין סמארטפאונס) אז זיי זאלן קענען רעדן אויף ווידעא-קאָל מיט זייערע פאמיליעס.

וועלטעב וואלונטירן האבן אריינגעלייגט שווערע כוחות אויפצו'סעטן די טאבלעטן עס זאל זיין אויסגעשטעלט לויט די רעגירונגס HIPAA רעגולאציעס און ווי אויך לויט די רעגולאציעס פון יעדע שפיטאל באזינדער. אין בלויזע עטליכע טעג האבן שוין איבער 700 פאציענטן געהאט טאבלעטן אין זייערע צימערן און געקענט גרינגערהייט זיין בקשר מיט זייערע נאנטע.

די נאָן-פאַר-פראָפיט ארגאניזאציע וועלכע ווערט געפירט דורך עטליכע היימישע אינגעלייט נויטיגט זיך יעצט אין פרישע סכומים צו קענען אויסצאלן די אלע טאבלעטן. העלפט ברענגען די דאזיגע "לייוו-סטריעמינג" רעטונג צו נאך פיהל פאציענטן!

צו מנדב זיין געלט, דרוקט דא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל