אוקראינע - גייענדיג צום דרוק! ארום הונדערט ברסלב'ע חסידים זענען היינט געשטראנדעט געווארן ביי די גרעניץ פון צווישן בעלארוס און אוקראינע פרובירונדיג צו דערגרייכן צו אומאן. ביזדערווייל ווערן זיי אפגעהאלטן דורך די גרעניץ וועכטער. די רויטע קרייץ איז ערשינען און טיילט אויס עסן און אנדערע באקוועמליכקייטן פאר די אידן ביים גרעניץ.

בראזיל - לואיז פוקס איז היינט געווארן איינגעשוואוירן אלס דער ערשטע איד צו דינען אלס ריכטער אין בראזיל'ס העכסטע-געריכט. ביי די ענדע פונעם איינשווערונג האט לואיז אויסגערופן הויעך "ברוך השם!"

מדינת ישראל - די בן גריון לופטפעלד האט היינט געמאלדן אז זי וועט זיין אפן דורכאויס די נאציאנאלע לאקדאון און אלע פליגערס וועלכע איז שוין באשטימט געווארן צו פליען וועלן ווייטער פליען לויטן פלאן, אבער עס וועט נישט באשטימט ווערן קיין נייע פליגערס.

רוסלאנד - דער רוסישער אפאזיציע פירער אלעקסיי נאוולאני וועלכע איז פאר'סמ'ט געווארן, און געווארן אפגעפירט צו א בערלינער שפיטאל פאר באהאנדלונג, האט זיך אויפגעכאפט עטליכע טעג צוריק פון זיין קאומע און איז צוריק צום באוואוסטזיין. ווי ער זאגט פלאנירט ער זיך צוריקצוקערן צו רוסלאנד אין די נאנטע טעג.

יאפאן - האלטענדיג נאנט צו א מאנאט זינט דער פרעמיער מיניסטער שינזא אבעי האט געמאלדן אז ער וועט אראפטרעטן פון אמט צוליב וואס ער ליידט פון ערנסטע געזונטהייט פראבלעמען, איז היינט געהערט געווארן אז יאָשיהידע שוגאָ (71) וועט ווערן די קומענדיגער פרעמיער מיניסטער נאכן געוואונען א פארמעסט מיט 71 פראצענט פון די וויילער. שוגא איז געלאפן אקעגן א געוועזענע אויסערן מיניסטער און א געוועזענע פארטיידיקונגס מיניסטער.

מדינת ישראל - באריכטן זאגן אז די פאליציי פלאנירן אויפצושטעלן הונדערטער טשעקפוינטס און אויסטיילן גרויסע געלט שטראפן כדי צו אינפארסירן די לאקדאון וועלכע גייט אריין גיין אין קראפט פרייטאג, ערב ראש השנה.

וואשינגטאן - איבער טויזענט מענטשן וועלן זיך באטייליגן ביי די מארגנדיגער צערעמאניע אינעם ווייסן הויז ווי פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו און די אויסערן מיניסטער פון באכרעין און יו-עי-אי וועלן אונטערשרייבן די היסטארישע שלום-אפמאך.

ארעגאן - כאטש 24 מענטשן זענען שוין געשטארבן און הונדערטער טויזענטער אנדערע האבן שוין געמוזט עוואקואירן פון זייערע היימען אלס רעזולטאט פון די שווערע וואלדפייערן וועלכע טוט בוזשעווען אין די מערב-שטאטן.

ניו יארק - די יערליכע "מעיסיס טענקסגיווינג פאראדע" אין ניו יארק סיטי וועט היי-יאר פארקומען מיט א בלויזע טעלעוויזיע פרעזענטאציע צוליב די פענדעמיע. דאס איז די ערשטע מאל אין איבער 90 יאר וואס די פאראדע וועט נישט פארקומען.

ניו יארק - נאך א קרבן פון די קאראנעווירוס איז היינט געהערט געווארן אין די ביזנעס וועלט, ווען די מאריאט האָטעל פירמע האט געמאלדן אז זי וועט פארמאכן איר "קאָרטיאַרד האטעל" אין מאנהעטן, אלס רעזולטאט פון שווערע פארלוסטן וועלכע איז געשאפן געווארן צוליב די פענדעמיע.

ניו יארק - די שטאטישע עף. באן סערוויס וועלכע פארט פון מאנהעטן צו ברוקלין וועט מער נישט פארן אין די נעכט און וויקענדס אנגעהויבן פון די קומענדיגע מאנטאג צוליב וואס מען גייט פאררעכטן די שאדן וועלכע האריקעין סענדי האט אנגעזייעט.

די "אידישע נייעס" באריכט פאר זונטאג ב' סליחות

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל