האלט מיט לייוו די היסטארישע צערעמאניע אינעם ווייסן הויז פון די שלום-אפמאך צווישן מדינת ישראל און יונייטעד אראב עמירעטס און באכרעין.

1:40 נאכמיטאג אפדעיט:
די אפמאכן זענען געווארן אונטערגעשריבן, און די צערעמאניע האט זיך שוין געענדיגט.

12:53 נאכמיטאג אפדעיט: פרעזידענט טראמפ מיט די מיניסטארן זענען יעצט ערשינען צום צערעמאניע.

12:52 נאכמיטאג אפדעיט: פרעזידענט טראמפ'ס ווייב מיט פרעמיער נתניהו'ס ווייב זענען יעצט ערשינען צום צערעמאניע.

12:09 נאכמיטאג אפדעיט: פרעזידענט טראמפ וועט ערשיינען מיט די מיניסטערן צום צערעמאניע אין די גאר נאנטע מינוטן.

11:53 פארמיטאג אפדעיט: פרעמיער נתניהו מיט זיין ווייב זענען ערשינען צום ווייסן הויז ווי ער איז געווארן אויפגענומען דורך פרעזידענט טראמפ און זיין ווייב. נאכן זיך אויסשטעלן פאר א בילד צו די מידיא זענען זיי צוריק אריין אינעם ווייסן הויז.

11:45 פארמיטאג אפדעיט: די צערעמאניע איז פלאנירט זיך אנצוהייבן 12 אזייגער (אויף די פאליטישע זייגער).

11:30 פארמיטאג אפדעיט: די מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו, די אויסערן מיניסטער פון די עמירעטס און די אויסערן מיניסטער פון באכרעין וועלן זיך באטייליגן ביי די צערמאניע.

🛑 זהירות: דורכאויס די צערעמאניע וועט געזען ווערן נשים



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל