באריכט דורך לוי מאיער צו אידישע נייעס וועבזייטל

לעצטע אפדעיטס ביי די אוקראינער גרעניץ: ארום 600 אידן אריינגערעכנט פיצלעך בעביס האבן די נאכט גענעכטיגט ביי די גרעניץ פון אוקראינע, צוליב וואס די אוקראינער רעגירונג לאזט נישט אריין קיין אידן וואס ווילן גיין צו אומאן אויף ראש השנה. די רויטע קרייץ איז נעכטן ערשינען און געברענגט עסן און אנדערע באקוועמליכקייטן פאר די אלע געשטראנדעטע. די מדינת ישראל אינערן מיניסטער אריה דרעי האט האט אפגעשיקט א בריוו צו דער אוקראינער פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי (וועלכע איז אן איד), בעטענדיג פון אים אז ער זאל אריינלאזן די אידן אין אוקראינע כדי מען זאל קענען זיין אין אומאן אויף ראש השנה. די חסידים קוקן נישט אויס ווי זיי פלאנען אויפצוגעבן טוענדיג ווי זייער רבי טוט שרייבן "אין שום יאוש בעולם כלל!"

פאלגענד האט איר צענדליגע בילדער און ווידעאס פון די געשטראנדעטע ביים אוקראינער גרעניץ.

קליינע קינדער אין וועגעלעך ליגן געשטראנדעט





קליין קינד האלט א שילד וועלכע ליינט זיך "מען לאזט מיר נישט אריין, ווייל איך בין א איד!"


די בייגעלייגטע ווידעא איז א קאלעקציע פון עטליכע ווידעאס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל