ארטיקל געשריבן דורך יהוסף כ"ץ צו אידישע נייעס וועבזייטל

אין א ווידעא וועלכע איז געווארן ארויסגעגעבן דורך בערל שאלאמאן א מתפלל אין א לאקאלע בית המדרש אין מאנטריאל, טוט ר' בערל זאגן אז די פאליציי איז ערשינען צו זיין בית המדרש ארום די צייט פון תפילת נעילה און ארויסגעשיקט די ציבור פון די בית המדרש.

ווי הרב שאלאמאן זאגט, האבן אלע מתפללים געטראגן מאסקעס און יעדער איז געווען זעקס פיס אפגערוקט פאלגענדיג די רעגירונג'ס סאשעל-דיסטענסינג גיידליינס, אבער דאן האט די פאליציי ערשינען אן א  וואָרענט און באפוילן יעדער זאל ארויסגיין פונעם שוהל און דערנאך האבן זיי מיט זייערע פאליצייאישע טרעקלעך פארטריבן די מתפללים. ווי ר' בערל זאגט, האט די אינצידענט פאסירט מיט זיבן אנדערע בתי מדרשים און מאנטריאל.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל