ארטיקל געשריבן דורך לוי מאיער צו אידישע נייעס וועבזייטל

אברהם ראטמאן, א סאטמאר'ע חסיד וועלכע פירט א פירמע אין די געגנט פון מאה שערים מיט'ן נאמען "כאן זול רוטמאנ'ס", האט באשטעלט בעפאר יום כיפור א פעקל מיט נשמה-ליכט, און האט געפונען אינעם שאכטל וועלכע איז ערשינען דורך די פּאָסט נישט ווייניגער פון 600 טויזענט שקלים אריינגעלייגט צווישן די ליכט (איבער 174 טויזענט דאללער).

אין א ווידעא וועלכע איז געשיקט געווארן צו די "בחדרי חדרים" נייעס קוואל הערט מען ווי אן אינגערמאן רופט זיך אן מיט א פייערדיגע שטימע: "רבותי, הערט צו א מעשה וואס האט דא פאסירט, מיין ארבעטער, א צדיק, א סאטמאר'ע חסיד, האט באשטעלט בעפאר יום כיפור 20 קעסטלעך פון נשמה-ליכט, און ווען ער האט געעפנט איינס פון די קעסטלעך האט זיך דאס פאלגענדע באוויזן 'זעקס הונדערט טויזענט שקלים!' מיין ארבעטער איז געגאנגען אנפרעגן א רב וויאזוי ער ברויך זיך אומגיין מיט די געלט, און די רב האט אים גע'פסק'נט אז ער קען דאס נעמען מיט'ן פשט אז יענער האט זיך שוין לכאורה מייאש געווען. אבער דער איד האט באשלאסן אז ער גייט דאס צוריק געבן, ער האט געפונען דעם בעל הבית וועלכע גייט זיין דא אין עטליכע מינוטן."

מען ברויך אנמערקן אז די בעל האבידה וועלכע איז א פרייע אפשטאמיגע האט ממש געוויינט פאר התרגשות, און ער האט נישט אויפגעהערט צו לויבן די סאטמאר'ע חסידות, זאגענדיג (אויף זיין שפראך) "איך האב אייביג געמיינט אז די חסידות זענען א גרופע פון עקסטרעמיסטן, אבער יעצט באווייזט זיך פאר מיר א גאר אנדערע סארט בילד!"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל