ניו יארק סיטי פּאליציי קאמישאנער דערמאט שעי האט געזאגט, אז מער פּאליציי אפיצירן וועלן געשטעלט ווערן אויף די גאסן פון די סיטי אין לויף פון די וויקענד טעג. קאמישאנער שעי האט אדרעסירט די זארג איבער די כוואליע שיסערייען און קרימינאלע אקטיוויטעטן וואס איז לעצטנס געשטיגן אין די סיטי, זאגנדיג אז ער וועט נעמען באלדיגע רעפארמען. אונטער שעי'ס נייע ארדער, וועט די פּאליציי דעפּארטמענט ארויסשיקן מער אפיצירן צו פּאטראלירן די גאסן אין ברוקלין און די בראנקס, און אויך וועלן זיין מער פאטראל קאמאנדירן אויפן דזשאב אין די וויקענד טעג.

ניו יארק: מער פּאָליציי אין וויקענד טעג
דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל