״וויסקאנסין ברענט״...!! א פרישע 'פאטאלע' פאליציי שיסעריי אויף א שווארצער, וועלכע איז פארגעקומען אינעם סיטי פון קענאשע אין וויסקאנסין, האט פון פריש 'אונטערגעצינדן' די געמיטער אינעם גאנצן לאנד, און האט שוין גורם געווען ''פלאקערדיגע ראיאטן'' אין וויסקאנסין, ספעציעל אין די אומגעגענט פון קענאשע..; דער פרישע אינצידענט איז ספעציעל זייער שטארק 'אויפרעגענד' פאר די שווארצע געמיינדע, נאכדעם וואס עס איז ערשינען זייער א קלארע ווידיאו פון די שיסעריי, און מען זעט קלאר ווי די פאליציי דערשיסן אים פאטאל שוין נאכדעם וואס ער איז בכלל נישט געווען א געפאר פאר קיינעם..!! די פאטאלע אינצידענט איז פארגעקומען זונטאג נאכמיטאג ארום פינעף אזייגער, און די שוידערליכע ווידיאו איז באלד פארשפרייט געווארן איבעראל אין לאנד... דאס האט באלד אנגעצינדן די געמיטער אין 'וויסקאנסין' אזוי אויך איבערן גאנצן לאנד, און אומצאליגע פייערן און שאדענ'ס זענען שוין באריכטעט געווארן אדאנק די נייע ביטערע פראטעסטן.

אנאליז: וויסקאנסין ברענט!


וער האט שוין אמאל געהערט פון אזא אמעריקאנע סיטי ווי "קענאשע" וויסקאנסין...?? מיר זענען זיכער  אז קיין איינער נישט... און פארוואס דען יא..?? פארוואס זאל איינער הערן פון א שלאפעדיגע שטילע אמעריקאנע סיטי ביי די ברעגעס פונעם מישיגען לעיק..? אבער היינט זענען מיר זיכער אז עס איז נישטא קיין איין ליינער וועלכע האט נישט נעכטן געהערט פון דעם דאזיגע אמעריקאנע סיטי... און די נייעס בלעטער מיט די בראדקעסטערס וועלן אין די קומעדיגע פאר טעג דארפן איבערזאגן די נאמען פונעם דאזיגן אומבאקאנטע סיטי מן הסתם אפשר טויזענט מאל... נאך א מזל אז די העדליין נייעס פאסירט יעדעס מאל אין א אנדערע פלאץ אין אמעריקע, אזוי באקומען מיר כאטשיג אינאיינוועגס אויך א שטיקל לעקציע אין אמעריקאנע געאגראפיע... בקיצור המעשה... היינט פארן מיר אריבער א שטיקל נסיעה צו די צענטראל צפון אמעריקאנע ברעגעס, צו א מיטל-גארטיגע אמעריקאנע סיטי מיטן נאמען "קענאשע".

קענאשע געפינט זיך אינעם סטעיט אוו וויסקאנסין, און איז פלאצירט ביי די ברעגעס פונעם מישיגען לעיק, אביסל אקעגן איבער 'מישיגען סיטי', און אביסל ארויפציר פון די באקאנטע גינגאטישע סיטי פון אילינאוי "שיקאגאו סיטי". קענאשע איז א מיטל-גארטיגע סיטי, און פארמאגט ארום הונדערט טויזענט איינוואוינער, און פארמאגט אין זיך אלעס וואס א געווענליכע אמעריקאנע סיטי פארמאגט געווענליך.

שוין... יעצט אז מיר קענען שוין די גאנצע היסטאריע פון קענאשע, וויסקאנסין, קענען מיר זיך נעמען צו די עצם מעשה אליין... און דאס קען מען אראפגעבן מיט צוויי קורצע אבער שרעקעדיגע דיבורים... ״וויסקאנסין ברענט״..!! ''פשוטו כמשמעו''... און  הלואי ווען מיר וואלטן ווען מגזים געווען א טראפ... ווי די חשובע ליינער זענען שוין זיכער באקאנט, איז זונטאג נאכמיטאג פארגעקומען אין אמעריקע א פרישע 'פאטאלע' פאליציי שיסעריי אויף א שווארצער פארשוין, וועלכע איז פארגעקומען אינעם אויבנדערמאנטע סיטי פון קענאשע אין וויסקאנסין, און האט פון פריש 'אונטערגעצינדן' די געמיטער אינעם גאנצן לאנד. די נייע ווילדע אומרוען האבן שוין גורם געווען ''שטורעמישע ראיאטן'' אינעם גאנצן סטעיט פון וויסקאנסין, און ספעציעל אין די קליינע פארשטעטלעך וועלכע געפינען זיך אין די ברייטע אומגעגענט פון ארום קענאשע.

די פרישע בילדער וועלכע זענען נעכן ערשינען פון די באנייטע שטורעמישע ראיאטן, זענען באמת 'שוידערליך' און 'שאקירענד'..! גאנצעטע גאסן פון אמאליגע הערליכע בליענדע געשעפטן, זיצן יעצט אלע מיט טאטאל אויסגעשאסענע פענסטערס, און מיט קליינע שטיקלעך גלאז צושפרייט איבעראל. צום מערסטנ'ס איז באקאנט געווען אין די פרעסע א האר אויפשטעלענדע בילד, פון א ריזיגע גינגאטישע פארקינג לאט אין דאון טאון קענאשע וועלכע האט באלאנגט צו א לאקאלע קאר דילערשיפ, וואס מיט בלויז א טאג פריער איז עס געווען אנגעפילט מיט הונדערטע נייע הערליכע אוטאס, און נעכטן נאך די ווילדע ראיאטן אין קענאשע, זיצן די אלע קארס טאטאל פארברענט און צו'מזיק'ט, באדעקט מיט א דיקע שיכט פון אש און רויעך..! די ווידיאו ווי די ריזיגע ''קאר דילערשיפ לאט'' אין דאון טאון קענאשע פלאקערט אוועק 'עד לב השמים', מיט אפאר הונדערט קארס דערין וועלכע ברענען מיטן גאנצן כוח, אט די דאזיגע בילדער וועלן זיכער פארבלייבן אלץ א חלק פונעם סימבאל פון די יעצטיגע "בלעק לייוו מעטער" פראטעסטן, און מיר זענען זיכער אז דער "קאר דילערשיפ לאט" בילד, וועט אריינגיין אין די היסטאריע ביכער פון די אמעריקאנע היסטאריע...

אנאליז: וויסקאנסין ברענט!

דער פרישע 'אינצידענט' איז ספעציעל זייער שטארק 'אויפרעגענד' פאר די שווארצע געמיינדע אין וויסקאנסין בפרט, און פאר די שווארצע געמיינדע אין אמעריקע בכלל, נאכדעם וואס עס איז קלאר אן א צווייפל, אז די פאליציי אפיצירן האבן נישט געהאט קיין שום נארמאלע אויסרייד פארוואס זיי האבן געמוזט דערשיסן דעם שווארצן מיט זיבן פאטאלע קוילן..!! דאס איז קלאר פעסטגעשטעלט געווארן, נאכדעם וואס עס איז ערשינען זייער א קלארע ווידעא פון די גאנצע שיסעריי, און מען זעהט זייער קלאר ווי די פאליציי דערשיסן אים ׳פאטאל׳ שוין נאכדעם וואס ער איז בכלל נישט געווען א געפאר פאר קיינעם...!

אויף די ווידעא זעט מען ווי גייט ארום זיין קאר זייער קאר זייער רואיג און ער גייט צו פארטראכטערהייט צו די פאדערשטע זייט פון זיין קאר כדי אריינצוגיין  דערין, ווען אונטער אים קומען צו לויפן דריי פאליס לייט, (פאליס לייט מיט וועם דער שווארצער האט זיך נארוואס געענדיגט ארומקריגן, און זיי האבן אים געוואלט ארעסטירן), און איינער פון זיי האט אים ווילדערהייט אנגעכאפט ביי זיין העמד, און האט אויסגעשאסן זיבן מאל מיט זיין ביקס! אויף דער קלארער און גענצליך אומשעדליכער שווארצע פארשוין...!

די פאטאלע אינצידענט איז פארגעקומען זונטאג נאכמיטאג ארום פינף אזייגער, און די שוידערליכע ווידעא איז באלד פארשפרייט געווארן איבעראל אין לאנד דורך אלע כלי מכשירים... דאס האט באלד אנגעצינדן די געמיטער אין 'וויסקאנסין' אזוי אויך איבערן גאנצן לאנד, און אומצאליגע פייערן און שאדענ'ס זענען שוין באריכטעט געווארן אדאנק די נייע ביטערע פראטעסטן. בשעת די שורות ווערן געשריבן, זענען נאך אלץ זייער ווייניג פאקטן באקאנט איבער די דאזיגע פארנעפעלטע אינצידענט, און די קענאשע פאליציי דעפארטמענט האט נעכטן פארעפענטליכט א סטעיטמענט, אז ווי נאר מער פאקטן וועלן באקאנט ווערן איבער דעם אינצידענט, וועלן זיי עס תיכף מעלדן פאר די אמעריקאנער נייעס כוואליעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל