פון הרב אלחנן פופקו צו אידישע נייעס

אזוי ווי פילע אנדערע בחורים, בין איך דאן געווען אין א זומער קעמפ אין די קעטסקילס און געטאן הנאה האבן פון א שיינע און רואיגע זומער אין די ניו יארק'ע מאונטענס.

די רעדע איז פון זומער תשס''ה (2005 למנינם), און אין ארץ ישראל האט דער ראש ממשלה שרון שוין אנהייבן פארטרייבן אידן פון די גוש קטיף געגנט און עזה. פונקט איז אויסגעקומען אז מיינע קעמפ האט געשטעלט - דעם גרעסטע גליק פון דעם זומער (מעין-אקטיוועטי) - א נסיעה צו א וואסער-פארק דעם זעלבע טאג וואס איז חל געווען דעם שרעקליכע גירוש פון מער ווי אכט טויזענט אידן פון גוש קטיף. איך געדענק נאך קלאר, עס האט מיר זייער געשטערט. ''אין אפילו נאך צען צוואנציג יאר שפעטער וויל איך מיר נאך אלס נישט מוחל זיין פאר'ן גיין אויף אזא גליקליכע שפאציר די זעלבע טאג וואס טויזענטער אידן זענען געווען אין אזא א גרויסע צער''. ביז היינט געב איך נישט קיין מחילה פאר זיך אליין. איך האב געדארפט טאן מער צו קענען מרגיש זיין זייער צער.

אוודאי איבער דער שאלה פון דער פאליטישע און מיליטערישע קוק-ווינקל צו עס איז גערעכט איז נישט קיין זאך וואס איך קען מכריע זיין, צו עס איז יא א גוטע זאך אז אידן האבן געווינען דארטן צו נישט, דאס איז נישט מיינע עסק. מיט דעם אלעם טו איך פרעגן: וואו איז געווען דאס אידישע הארץ? וואו איז געווען דער רחמנות אויף טויזענטער אידן וואס האבן פארלוירן זייער היים, זייער פרנסה, זייער קהילה? וואו איז געווען דאס אידישע הארץ ווען מען האט צוגעזעהן כאמאס טעראריסטן טוען פארברענען בתי כנסיות און בתי מדרשות? וואו איז געווען דאס אידישע הארץ ווען מען האט צוגעזעהן אידישע מתים און אידישע מקומות הקבורה אן קיין מנוחת עולם ווען מען האט טראנספארטירט די איבערגעבליבענע ביינער פון די מתים און געשטעלט אין אן אנדערע מקום?

גאסט עדיטאריאל: גוש קטיף, וואו איז געווען דאס אידישע הארץ?
ספרי תורות ווערן ארויסגעטראגן פון די בתי מדרשים

על אלה אני בוכיה. 

היינטיגע טעג, ווען מ'זיצט תשעה באב און מען טוט קלאגן אויף דער חורבן בית המקדש, וויינט מען נישט נאר אויף דער חורבן אליין, מען וויינט אויך אויף דער שנאת חינם. איך זיץ היינט און זעה דער אומגעבלייבטע צער פון אידן וואס זיי האבן אלץ פארלוירן אין דעם גירוש, האב איך נאך א צער. היינט האב איך דעם צער אז מיר האבן נישט געניג מרגיש געווען זייער צער. "אבל אשמים אנחנו על אחינו אשר ראינו צרת נפשו בהתחננו אלינו ולא שמענו".

"לב מי לא יחרד" אז מיר האבן צוגעזעהן די פונדאמענטן פון די שוהל'ן ווערן אראפגעברענגט צו דער ערד, ישיבות ווערן פארמאכט און די פילע ביטערע אידישע טרערן פון אידן וועלכע האבן אלס דאן פארלוירן? ווער קען בלייבן שטיל אז מהערט אז היינט, פופצן יאהר נאך דער גירוש פון גוש קטיף איז נאך פארהאן משפחות וואס האבן ליידער נישט געפונען א נייע היים? גאנצע פאמיליעס וואס טוען נאך וואוינען אין א צייטווייליגע היים? אויף דעם ברויכן אונזערע אידישע הערצער אויסגיין פאר רחמנות און אחדות. דאס איז נישט קיין ענין פון פאליטיק, דאס הייסט אן ענין פון "א אידישע הארץ". וויפיל מאל הערט מען איבער א איד וועלכע טוט שמאכטן אין טורמע, אדער ליידט נעבעך פון אן אנדערע צרה צוליב א זאך וואס מיר וועלן נישט מסכים זיין אדער האלטן איז אומגערעכט? א סאך מאל. דאס מיינט אז מהאט נישט קיין רחמנות פאר דעם איד? דאס מיינט אז מהאט נישט קיין רחמנות אויף זיינע משפחה? אוודאי נישט. דער טעות פון גוש קטיף ביי כלל ישראל איז געווען אז צופיהל מענטשן האבן גערעדט וועגן דער ענינים פון פאליטיק און מיליטער, און מיר האבן נישט געזען אונזער ברידער און שוועסטער אין זייערע טראגישע צער. מיר האבן געדארפט קוקן מער אויף די אידישע טרערן, נישט אזויפיל אויף די אלע חכמים און בעלי דעה. דאס איז געווען אן ענין פון אונזער הארץ, נישט נאר דעם קאפ. 

משה רבינו האט געהאט פילע מעלות. אבער דער מעלה צוליב וואס דעם אייבישטער האט אים אויסגעקליבן איז דער מעלה פון "ויצא אל אחיו וירא בסבלותם". זיין א "נושא בעול עם חבירו" איז פון דער מ"ח מידות שהתורה נקנית בהם. עס קען נישט זיין אז די מעלה פון "וירא בסבלותם" וועט זיין נאר ביי וועמען וואס איך האלט מיט זיינע שיטות, צו א שכן מיינע, אדער טוט באלאנגען צו מיין קהילה. אז א איד איז בצער, ברויך יעדער איד אויך שפירן בצער. קל וחומר ווען מ'רעדט פון טויזענטער אידן וועלכע זענען מגורש געווארן "תשתפכנה אבני קודש בראש כל חוצות".
ווען מען קוקט אויף די צוקונפט פונעם אידישן פאלק איז פארהאן א גרויסע סכנה פאראויס פון אונז, דאס איז דער סכנה וואס האט שוין ליידער גורם געווען די איבוד פון רוב כלל ישראל. דאס איז דער סכנה פון שתי ממלכות, ווי דאס האט שוין פאסירט איו די אידישע היסטאריע אין די צייטן פונעם בית המקדש, עס איז דאן געווען יהודה אין איין טייל, און עשרת השבטים אין די צוויטע. דער המשך איז גוט באוואוסט, מיר האבן פארלוירן אונזערע ברידער. 

מ'קען נישט לאזן דאס פאסירן נאכאמאל. מיר ברויכן פארשטיין אז כאטש צווישן די אידן איז פארהאן פילע חילוקי דעות, זענען מיר איין פאלק. מיר אלע זענן בני אברהם יצחק ויעקב און קינדער פון דער אויבערשטער, און אז איין איד איז בצער, דארפן אונז אלעס מרגיש זיין די צער. האלטענדיג פופצן יאר נאך דעם גירוש, האב איך נאך אלס די צער אז איך האב נישט געווען גענוג "נושא בעול עם חבירו". איך בעט פון אייבישטער "שלא יצטרכו עמך בית ישראל זה לזה ולא לעם אחר" אבער אין די זעלבע צייט אויב חס וחלילה וועט טרעפן עפעס אן אומגליק צו איין חלק פון כלל ישראל זאלן מיר אלע זיין באחדות און מיט איין גרויסע אידישע הארץ.


גאסט עדיטאריאל: גוש קטיף, וואו איז געווען דאס אידישע הארץ?
אינג און אלט מיט שווערע בכיות אין יענע פינסטערע טעג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל