וואשינגטאן – ניו יארק. דעמאקראטן זענען נאך אלץ אין טיפע 'שאק' פונעם פרעזידענט'ס געוואגטע פאליטישע מענאווער, מיטן פארלענגערן די פעדעראלע  PUA געלטער מיט $400 א וואך דורך א "עקזעקיוטיוו ארדער"...; גרויס צומישטקייט הערשט איבערן לאנד נאכן פרעזידענט'ס דערקלעראציע, היות עס איז זייער 'אומקלאר' ווי אזוי רוב 'סטעיט' רעגירונגען וועלן 'רעספאנדן' צום פרעזידענט'ס באפעל...; נעכטן האט פרעזידענט טראמפ נאך מער פארשארפט זיין קאמף מיט די דעמאקראטן... נאכדעם וואס ער איז ארויסגעקומען מיט א נייע "טוויסט" איבער זיין עקזעקיוטיוו ארדער, און האט איבעראשענד געמאלדן א נייע 'דריי' אין זיין באפעל, דהיינו, אז אפילו סטעיט וועלכע קענען זיך נישט ערלויבן צו צאלן 'זייער חלק'.. קענען אריינגעבן ''א אפליקאציע'' צו די פעדעראלע רעגירונג, און נאכדעם וואס מען וועט דאס 'גרונטליך' אדורכטון.. וועט דער פעדעראלע רעגירונג 'מעגליך' באשטעטיגן די $100 וועלכע די סטעיט רעגירונג דארף ווען באמת צו געבן...

די דעמאקראטישע פארטיי פירער'ס איבער'ן לאנד, אזוי גוט ווי די דעמאקראטישע פירער'ס פון קאנגרעס, ובראשם 'שומער' און 'פעלאוסי', זענען נאך אלץ אין טיפע 'שאק' און 'פארלוירנקייט' פונעם פרעזידענט'ס געוואגטע פאליטישע מענאווער.. נאכדעם וואס ער האט פארלענגערט די פעדעראלע PUA געלטער מיט $400 א וואך דורך א געוואגטע "עקזעקיוטיוו ארדער".. און האט איבערגעלאזט די דעמאקראטן 'מיטן צינג אינדערויסן' און אלץ געזונטע חוזק'עס... און טראץ דעם וואס עס איז שוין אדורכגעגאנגן איבער דריי טעג פונעם פרעזידענט'ס ׳איבעראשענדע מעלדונג'.. הערשט נאך אלץ א אומבאגרייפליכע 'דעמאראליזאציע' און 'יאוש' אין די דעמאקראטישע רייען.. און די ערשטע מאל זייט 'קאוויד' האט אויסגעבראכן מיט איבער פיר חדשים צוריק, האט מען געזען א שטיקל 'שפאלט' אין די זעלבסט זיכערקייט פון די ליבעראלע מידיא פרעדיגער'ס, איבער די שאנסן פון פרעזידענט טראמפ צו געווינען די קומעדיגע נאוועמבער וואלן... די יאוש און פארלוירנקייט איז דארט אזוי גרויס, אז זיי הענגען יעצט אן זייערע גאנצע 'האפענונג' אין א געריכטליכע קאמף אקעגן דעם פרעזידענט'ס 'עקזעקיוטיוו ארדער'.. טראץ דעם וואס בלויז די פארגאנגענע יאר האבן זיי מיאוס דערלייגט א סופרים קאורט אורטייל איבער די דאזיגע יורידישע פראגע, ווען פרעזידענט טראמפ האט זיך באנוצט מיטן זעלבן  "עקזעקיוטיוו ארדער" צו באקומען פעדעראלע פאנדינג פאר "זיין וואנט"...

אויפן פאקטישן פראנט.. הערשט גרויס ''צומישטקייט'' איבערן גאנצן לאנד נאכפאלגענדיג דעם פרעזידענט'ס דערקלעראציע, היות עס איז זייער 'אומקלאר' ווי אזוי רוב 'סטעיט' רעגירונגען וועלן 'רעספאנדן' צום פרעזידענט'ס נייע באפעל... ווי מיר האבן שוין אין די פארגאנגענהייט ארויסגעברענגט, האט פרעזידענט טראמפ טאקע באנייט דורך זיין 'עקזעקיוטיוו ארדער' די פעדעראלע PUA געלטער מיט דער סכום פון $400 א וואך, אבער האט זיך דאס אויסגענומען אין זיין "עקזעקיוטיוו ארדער" מיט א איין 'ערנסטע תנאי', אז די סטעיט רעגירונג וועלן זיך משתתף זיין אין דעם נייע פארלענגערונג מיט דער סכום פון $100 א וואך, בשעת וואס דער פעדעראלע רעגירונג וועט געבן די איבריגע דריי פערטעל פון דעם סכום, $300 א  וואך. לויטן טרוקענע נוסח פונעם עקזעקיוטיוו ארדער, וועט נאר א סטעיט וועלכע וועט זיך ''מתחייב זיין'' צוצושטעלן די איבריגע $100 א וואך, נאר אזא סטעיט וועט קענען 'געניסן' פונעם פרעזידענט'ס פארלענגערונג פון די PUA געלטער. 'מה שאין כן' א סטעיט וועלכע וועט $100 זיך נישט "קאמיטן" צוצושטעלן די נויטיגע $100 א וואך פאר זייערע PUA באנוצער, אזא סטעיט וועלן אירע בירגער נישט קענען באקומען די איבריגע $300 א וואך פון די פעדעראלע רעגירונג.

דאס האט אנגעברענגט א געפערליכע ''צומישעניש'' איבעראל איבערן לאנד, נאכדעם וואס מיליאנען בירגער איבער אמעריקע זענען דעם 'וויקענד' שוין געווארן זייער פרייליך מיט די נייע פארלעגערונג פון די פעדעראלע PUA געלטער, און פולע האבן שוין אנגעהויבן צו 'בארגן' אויפן חשבון פון די נייע 'עקסטענשאן' און די $400 א וואך... אבער זענען נאכדעם געווארן זייער אומזיכער מיט זייער געלט, נאכדעם וואס זיי זענען נישט געווען זיכער צו זייער גאווערנער וועט זיך וועלן צושטעלן צו דעם.. נו.. פרעזידענט טראמפ... איבערהויפט איז דאס געווען דער פאל דאהי אין 'ניו יארק סטעיט' המעטירה... ווי  מיליאנען ניו יארקער בירגער, ובתוכם טויזענטע היימישע אנעפלוימענט געניסער, האבן זיך דעם מוצאי שבת שוין געפרייט 'ביזן זיבעטן הימל' מיט די נייע געשמאקע געלטער וועלכע וועלן ווייטער ממשיך זיין עד ביאת ינון במהרה דידן.. אבער זענען זייער שנעל ביטערליך אנטוישט געווארן, ווען גאווערנער קאומא האט באלד אפגענטפערט דעם פרעזידענט מיט א שארפע טוויט, אין וועלכע ער האט זיך 'אנטזאגט' אנצונעמען דעם פרעזידענט'ס PUA פלאן. (צו אלע באזארגטע חרדישע ליינער.. זייט'ס נישט באזארגט... צום סוף וועט יעדער איינער באקומען די געלט... עס איז בלויז ''א נערווען שפיל'' צווישן די מאכטפולע פאליטישע כוחות דא אין לאנד... האט'ס אביסעלע ביטחון אינעם אייבערשטן.. 'טראמפ' און 'פעלאוסי' שטעלן נישט צו דיין פרנסה..!)

נעכטן אבער האט פרעזידענט טראמפ נאך מער פארשארפט זיין קאמף מיט די דעמאקראטן... נאכדעם וואס ער איז ארויסגעקומען מיט א נייע  "טוויסט" איבער זיין עקזעקיוטיוו ארדער, און האט איבעראשענד געמאלדן א נייע 'דריי' אין זיין פרעזידענטליכע באפעל... דהיינו, אז אפילו סטעיט וועלכע קענען זיך נישט ערלויבן צו צאלן 'זייער חלק' געלט... דהיינו די $100 א וואך, קענען אבער אריינגעבן ''א ספעציעלע אפליקאציע'' צו די פעדעראלע רעגירונג, און נאכדעם וואס מען וועט דאס 'גרונטליך' אדורכטון.. וועט דער פעדעראלע רעגירונג 'מעגליך' באשטעטיגן די $100 וועלכע די סטעיט רעגירונג דארף ווען באמת צו געבן... פארשטייט זיך אליין אז אזא "באשטעטיגונג" וועט זיך טאטאל ''ווענדן'' ווי באליבט דער ספעציפישע סטעיט אדער גאווערנער איז ביים הויכגעשעצטן קייזער פון אמעריקע ירום הודו... און ווי ''צופלאצט'' די דעמאקראטן זענען געווען ביז יעצט, וועלן זיי מן הסתם נאך אסאך מער ''שפרינגען פון די הויט''.. אויב וועט דער פרעזידענט אנהייבן דורכצופירן ״סעלעקציעס''.. און וועט נאר באשטעטיגן אזעלכע סטעיטס ווועלכע גייען מיט אים אין שפאן... עס ווארט אונז לכאורה אפ גאר גאר פרייליכע צייטן.. ''הכונו הכונו''...

אנאליז: דעמאקראטן פארלוירן נאך טראמפ׳ס עקזעקיוטיווע ארדערס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל