די כינעזער לאבאראטאריע אין די שטאט וואוהאן האט געעפנט אירע טירן און אריינגעלאזט א גרופע אמעריקאנער זשורנאליסטן צום ערשטן מאל זינט די קאראנא מגיפה האט זיך אנגעהויבן. 


די וואוהאן לאבאראטאריע ווערט באשולדיגט דורך אסאך אמעריקאנער פאליטישאנס אין צוברענגען דעם קאראנא וויירוס פארשפרייטונג, און אסאך זאגן גאר אז די לאבאראטאריע האט צוזאמגעשטעלט דעם וויירוס און עס דירעקט פארשפרייט. 


יעצט האט די לאבאראטאריע אריינגעלאזט א גרופע זשורנאליסטן פון אמעריקע, וועלכע האבן זיך געפונען פאר פינף שעה דארטן, און מען האט זיי געצייגט אלע פארשונגען וואס די לעב פירט שוין דורך צענדליגער יארן איבער פארשידענע סארט קאראנא וויירוסעס.


דורך לוח הציבור


וואוהאן לאבראטאריע געבט צוטריט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל