די ניו דזשערסי ענווייראָמענטאַל קאָנסערוועישאָן דעפאַרטמענט האָט געזאָגט אַז מענטשן וועלכע האָבן פולס זאָלן גוט קוקן צי עס דרייען זיך נישט א געוויסע סאָרט גרויסע קריכעדיגע. די באאמטע זאָגן אַז זיי ווילן אידענטיפיצירן עיזשען לאַנג-האָרנד ביטעלס, וועלכע זענען בעיקר אַקטיוו אין די ביימער און אין סווימינג פולס אין די צווייטע האַלב פונעם זומער סעזאָן. די ענווייראָמענטאַל קאָנסערוועישאָן באַאַמטע זאָגן אַז זיי ווילן האַלטן אַן אויג אויף די סאָרט באַשעפעניש, וויבאַלד עס קומט און הרג'עט אָפ וויכטיגע ביימער, געוויקסן און אַנדערע קליינע באַשעפענישן.
דורך לוח הציבור
הוסף רשומת תגובה