ברוב שבח והודאה! האלטן מיר שוין נאנט צו פיר יאר זייט די גרינדונג פון די בארימטע "אידישע נעטווארק", און אין די פיר יאר האט זיך די "אידישע נעטווארק" ארויסגעשטעלט אלס די איינציגסטע נעטווארק וועלכע טוט מבשר זיין טויזענטער אידן איבער גוטע און ליידער שלעכטע נייעס, די איינציגסטע נעטווארק וועלכע טוט משמח זיין צענדליגע טויזענטער היימישע אידן מיט "גוטע ווערטלעך", די איינציגסטע נעטווארק וועלכע טוט משמיע זיין טויזענטער שיעורים מיט די באקאנטע "אידישע שיעורים" אפטיילונג, די איינציגסטע נעטווארק וועלכע טוט אייך דערפרישן מיט אירע אינטערסאנטע "אידישע מידיא" פאוסטס, און אט די אלע פיבערהאפטיגע ארבעט קומט פאר אונטער איין נעטווארק, וועלכע טוט לויפן דורך א גרופע פון היימישע אינגעלייט.

נאך פילע געבעטענישן פון אונזערע חשוב'ע ליינער און נאכפאלגער אז מיר זאלן איבערארבעטן די "אידישע נייעס" וועבזייטל זינט עס האט אן אלט-מאדישער אויסקוק האבן די אדמינען זיך גענומען צו די עבודה און אינוועסטירט שווערע געלטער און צייט און ברוך השם האבן מיר נעכטן מוצאי שבת קודש אפיציעל ארויסגעגעבן די וועבזייטל צו דער פובליק.


וואס וועט די וועבזייטל צושטעלן?

ווי די אלטע וועבזייטל וועט די נייע וועבזייטל ווייטער צושטעלן און פובליצירן טעגליך די וועטער באריכטן און ברעיקינג נייעס, אבער אויך וועט צוקומען צוויי נייע אפטיילונגען, שיעורים און מוזיק!

שיעורים! ממש פון די גרינדונג פון די נעטווארק האבן די אדמינען געעפענט אויף די טעלעגראם פלאטפארמע די "דזשואיש לעקטשורס" (Jewish Lectures) טשענעל וועלכע האט אין לויף פון די יארן ארויסגעלייגט די דראסטישע סומע פון איבער 12,000 שיעורים ווי ברוך השם אונזערע חשוב'ע אדמינען האבן געקענט האבן די זכות פון טויזענטער שטונדן פון תורה, אבער אויף די נייע וועבזייטל וועט אי"ה ווערן אויף ארויפגעלייגט די שיעורים פאר די פילע "אידישע נעטווארק" נאכפאלגער וואס האבן נישט קיין צוטריט צו קיין סאציאלע מידיא.

מוזיק! ברוך השם האבן מיר באוויזן צו עפענען א נייע אפטיילונג וועלכע וועט טעגליך ארויפשטעלן מוזיק ווידעאס פון היימישע מוזיקאנטן, אן אפטיילונג וואס מיר זענען זיכער איר וועט שטארק הנאה האבן.


וויאזוי קען איך זיין שטענדיג אפדעיטעד?

נאך שווערע ארבעט פון די אויפגענומענע "וועב דעוואָלפערס", האבן מיר באוויזן צו אויפ'סעט'ן די "עד טאָ האָום סקרין" (Add To Home Screen) אפציע, אז איר זאלט קענען האבן די "אידישע נייעס וועבזייטל" אויף אייער פאָון סקרין ווי אן אפיציעלע עפפ, פאלגענד האט איר די אינסטרוקציעס וויאזוי עס צו טאן אויף אן איייפאון און אן ענדרויד:

ביטע פאלגט נאך פונקטליך די אנווייזונגען, אז עס זאל ארבעטן.



אינסטרוקציעס פאר ענדרויד פאונס:

1. גייט צו די אידישע נייעס היימבלאט

2. דרוקט אויף די דריי פונקטן ביי די רעכטע זייט פונעם סקרין

3. דרוקט אויף די "עד טאָ האָום סקרין" אפציע

4. א פאַפ-אָפ וועט ערשיינען פרעגענדיג צו איר ווילט עס צולייגן צו אייער פאון

5. און אט, אידישע נייעס איז מיט אייך!



---------



אינסטרוקציעס פאר אייפאונס:

1. גייט צו דער סאַפאַרי עפפ (נעמט אין אכט אז דאס וועט נאר ארבעטן מיט סאפארי)

2. מישט אויף צו דער אידישע נייעס וועבזייטל

3. דרוקט אויף דער אונטערשטן "שעיר" קנעפל

4. דרוקט אויף דעם "עד טאָ האָום סקרין אפציע

5. דרוקט אויף דעם "עד" קנעפל

6. און אט, אידישע נייעס איז מיט אייך!




2 תגובות

הוסף רשומת תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל