וויליאמסבורג - גרויס דראמא איז היינט פארגעקומען ביי די סאטמאר'ע חדר (מהרז"ל) עטרת יואל ווי מען האט אראפגעשטעלט עטליכע שומרים וואלונטירן מיט ערלים און נישט אריינגעלאזט קיין קינדער וועמענס עלטערן האבן נישט אויסגעצאלט די באלאנס.

עס איז איבריג אנצומערקן די טראמא וועלכע וועט פארבלייבן ביי די קליינע קינדער וואס זענען שוין עטליכע מאנאטן נישט געגאנגען אין חדר ווי די אנדערע יארן, און טוען בייוואוינען די בזיון'דיגע סצענע.

ווי אויך איז א גרויסע בושה איבער די חלק אז מען האלט נאך די קאראנעווירוס ווי פולע עלטערן האבן ליידער פארלוירן שווערע געלטער, און זוכן צו שפענדן די מינימום שב'מינימום.


זעהט ווידעא ווי עטליכע אינגעלייט ברעכן דורך די שומרים לאקדאון

שומרים פירער שטייען ביים שוועל פון חדר מיט ליסטעס פון די עלטערן וועלכע האבן נישט באצאלט

סאטמאר געשטעלטע ערלים לאזן נישט די קינדער



באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

4 תגובות

  1. מיר שטערט דאס מערסטע אז די סאטמורים נעמען זיך איבער די שפארזאמע עלטערן וואס בלייבן איבער אין שטאט. זאלן זיי זיך נעמען איבער די שווענדערישע חברה וואס ווייקן זיך אין די קעטסקילס לוקסוס!

    השבמחק
  2. דאס קומט נאך יאהרן לאזן די מוסדות פארלאנגען וויפיהל געלד זיי ווילן, יעצט קענען זיי טוהן מיט די עלטערן וואס זיי ווילן.

    השבמחק
  3. איך דארף צאלן $360 א יאר פאר מוסדות יטב לב אין ירושלים
    איך דארף צאלן $360 א יאר פאר מוסדות יטב לב אין בני ברק
    איך דארף צאלן $360 א יאר פאר קרן הצלה
    איך דארף צאלן $360 א יאר פאר גראבן קברים
    אין א''י
    איך דארף צאלן $360 א יאר פאר שקל הטהור
    איך דארף צאלן $360 א יאר פאר שקל הקודש
    איך דארף צאלן $360 א יאר פאר כולל ירושלים על טהרת הקודש
    איך דארף צאלן $360 א יאר פאר גיוס בנות
    איך דארף צאלן $360 א יאר פאר גיוס בנים
    איך דארף צאלן $360 א יאר פאר ילדי צרפת
    איך דארף צאלן $360 א יאר פאר די קרן פון קרן קרן וואס איז די רוקן ביין פאר אלע מערכות בעניני הדת כל טהרת הקודש


    אלעס ווייל איך בין א סאטמאר תלמיד און מען דארף פארשפרייטן די שיטה הקדושה אז משיח זאל קענען וויין מיט די פינגער

    אבער מיין שכן'ס קינדער האט מען היינט נישט אריינגעלאזט אין די סאטמאר'ע חדר
    ווייל ער האט נישט קיין שום יוחס
    ער איז נישט קיין יליד צרפת
    נישט קיין יליד מאראקא
    נישט קיין יליד תימן
    נישט קיין יליד ארגענטינע
    נישט קיין משולח
    ניטאמאל האט ער עפעס מיט די בוכאראשע יודן
    ער וואוינט נעבעך דא אין ווילאמסבורג
    און ער קען נישט באצאלן זיין רענט
    גראסערי
    און אנדערע לעבנסוויכטיגע אויסגאבן


    זיין בלוט מעג מען טרינקען

    השבמחק
  4. בארוגט אייך... ס'איז איין משוגה'נער וואס דארף געבראטענע מכות אדער זאל מען טאקע אויפברעכן די טירן ווי יואלי ברייער האט געטון

    השבמחק

הוסף רשומת תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל