דעבלאזיא פארשפרעכט פאליציי שניטן

ניו יאָרק סיטי מעיאָר ביל דעבלאַזיאָ זאָגט, אַז די סיטי וועט מאַכן גאָר גרויסע שניטן אינעם בודזשעט פון די פאָליציי דעפאַרטמענט אין די קומענדיגע חדשים און יאָרן. דעבלאַזיאָ זאָגט אַז די ניו יאָרק סיטי פאָליציי דעפאַרטמענט האָט א יערליכע בודזשעט פון זעקס ביליאָן דאָלער, און עס זענען דאָ פאַרשידענע זאַכן וואָס מען קען שניידן, צו מאַכן זיכער אַז די פאָליציי אַפערירט מער אויף א קאָנטראָלירטן פאַרנעם. דאָס קומט נאָכדעם וואָס דעבלאַזיאָ האָט פאַרשפראָכן צו מאַכן טוישונגען אינעם וועג וויאַזוי די פאָליציי אַפערירט, נאָכדעם וואָס עס זענען אָנגעגאַנגען פראָטעסטן קעגן פאָליציי ברוטאַליטעט פאַר עטליכע וואָכן.


דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל