ניו יארק סיטי - פינף היימישע פארקס זענען אויפגעבראכן געווארן די לעצטע צוויי טעג אין בארא פארק, וויליאמסבורג און אין פלעטבוש, דורך היימישע עסקנים מיט די באטייליגונג פון די היימישע פאליטישאנ'ס, ובראשם העסקן 'העשי טישלער' נ"י; דאס איז געטון געווארן, נאכדעם וואס דער מעיאר האט בשום אין אופן נישט געוואלט ערלויבן אויפצומאכן די שטאטישע פארק'ס, טראץ דעם וואס 'סטעיטווייד' איז עס הונדערט פראצענט לעגאל, און טראץ דעם וואס אלע נארישע צוזאקומענישן פון די פראטעסטירער זענען יא ערלויבט געווארן... 

פאר מיר הייבן אן די היינטיגע אנאליז, דארפן מיר דא 'באטאנען', אז די רעדאקציע פון דער "קול ברמה" נעמט נישט דא ''קיין שום שטעלונג'' איבער די דאזיגע קאנטערווערסיאנעלע שריט, פון גיין און אויפברעכן שטאטישע פארק'ס אקעגן די שטאטישע באהערדע. און מיר פלאנען היינט אויך נישט בכלל אריינצוגיין אין די דאזיגע גאנצע שמועס, אפגעזען אלע רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע סכנות וועלכע זענען פארבינדען דערמיט, און עס איז אויך נישט אונזער פלאץ, אלץ א שופר פאר אלע בארא פארקער איינוואוינער, צו נעמען א שטעלונג אין אזעלכע האקעלע ענינים. אלעס וואס מיר טוען היינט אין אונזער היינטיגע שמועס, איז אז מיר "דערציילן" און מיר "שמועסן אויס" די שטארק אינטערסאנטע געשעעניש, און מיר לייגן צו עטליכע 'פרפראות' פון אונזער 'קוק ווינקל', איבער וואס מיר טראכטן איבער די דאזיגע גאנצע ''מהפכה''. אצינד, נאכדעם וואס מיר האבן געמאכט די דאזיגע ''הקדמה'', קענען מיר זיך נעמען צו די עצם נייעס אליין... ובזה החלי בעזר צורי וגואלי. 

שוין א לענגערע צייט, וואס די אידישע עסקנים, און סתם אזוי פון דער המון עם, קאכן און זידן און ברענען פון גרויס כעס, צוליב די אפענע און דאפעלטע סטאנדארטן פונעם מעיאר'ס אפיס מיט אונזער היימישע אידישע געמיינדע, אין קאנטראסט מיט אנדערע געמיינדעס לענגאויס די גרויסע סיטי. לאמיר צום ערשט אנהייבן מיט די באוויסטע ''קליפס'' ווי אזוי די פאליציי צושטערט א קינדער "קארניוואל" אין וויליאמסבורג, סך הכל אפאר אומשולדיגע קינדער מיט א קליינע לעמענעיד סטענד... בו בזמן וואס איבער די גאנצע סיטי האט מען איינגעבראכן אין די טייערסטע געשעפטן פון מאנהעטן... און געזעצלאזיגקייט און אנארכיע האט געהערשט איבערן גאנצן לאנד...! אין דעם דאזיגע זמן האט די NYPD נישט געהאט קיין אנדערע "פראבלעמען"... נאר צו קומען און צו צושטערן ''א קינדער קארניוואל'' אין א אידישע געגענט... אינעם זעלבן וואך האט דער עולם מיטגעהאלטן א אנדערע קליפ, ווי מ'זעט ווי אזוי די פאליציי שיקט ארויס מאמעס מיט קינדער פון א וויליאמסבורגע פארק, אינעם זעלבן טאג וואס הונדערטע טויזענטע פראטעסטירער האבן זיך צוזאמגענומען אויף א שטארק צוזאמגעשטופטע אופן, און קיין שום "סאשעל דיסטענסינג" געזעצן זענען נישט אנגעגאנגן דארט... דאס האט קלאר אויפגעוויזן פאר יעדעם איינעם, אז די מעיאר מיט די פאליציי שעצן בכלל נישט דער פאקט אז מיר זענען שטילע און רואיגע געזעץ היטער, און מאכן נישט אן קיין שום פראבלעמען און איבערקרערענישן, אפילו ווען מען טרעט אויף אונזערע רעכטן..! נאר פונקט פארקערט, זיי נוצן אויס דער דאזיגע פאקט פאר זייערע לינקע אגענדעס.. און טרעטן בריש גלי אויף אונזערע ציווילע און מענטשליכע רעכטן... 



אבער דער 'קלימאקס' און 'דער שטרוי' וועלכע האט צובראכן 'דער רוקן פונעם קעמל'... איז געווען דער מעיאר'ס עקשנות נישט צו ערלויבן די עפענונג פון די פארק'ס אין די היימישע געגענטער, 'פארקס' וועלכע זענען בשנים כתיקונם אלעמאל איבערגעפילט מיט טויזענטער היימישע קינדערלעך, און אידישע מאמעס מיט זייערע קליינע קינדערלעך קומען דארט אביסל כאפן דעם אטעם, און זיך אביסל אויסלופטערן אין אזעלכע הייסע זומער טעג. דער מערסטע אויפרעגונג איז דער פאקט, אז איבער דער גאנצע סיטי זענען כמעט אלע שטאטישע פארקס געהעריג אפן אן קיין שום שלאס, צוליב די איינציגסטע און פשוטע סיבה, אז במשך פון די ווילדע ראיאטן וועלכע איז אנגעגאנגן דא פאר איבער צוויי וואכן, האבן די צוהיצטע יונגען אויפגעבראכן אלע שלעסער, און זינט דאן זענען אלע פארק'ס געהעריג אפן לרוחה... און די סיטי גוים שפילו אין דעם 'לעיני השמש' ואין פוצה פה ומצפצף... עס איז אויך דער פאקט, אז ביי די יונגע ''טין עידזשערס'' פון די סיטי, איז בכלל נישט שייך אזא מין מציאות פון נישט שפילן אין די זומער אין די שפיל פלעצער... און זיי האבן זיך שוין געטראפן זייערע וועגן ווי אזוי זיך אריינצובאקומען אין די פארקס אריין... אזוי ארום האט זיך געשאפן דא א לאכעדיגע אבער ווייטאגליכע מציאות... אז איבער די גאנצע שטאט שפילן זיך די גוים געהעריג אין זייערע פארק'ס, און נאר ביי אונזערע געגענטער, היות מיר זענען וואוילע געזעץ היטענדע שעפעלעך, זענען מיר ''שטעקן געבליבן'' מיט די פארשלאסענע פארקס... און מיר זענען געווען כמעט פון די איינציגסטע געגענטער אין די סיטי ווי די פארקס זענען נאך געווען פארשלאסן...

 די היימישע עסקנים און די ערוויילטע פאליטישאנ'ס האבן זיך געוואנדן צו דעם מעיאר'ס אפיס מיט דער הימלשרייענדע אבסורד, און האבן קאטאגאריש פארלאנגט פונעם מעיאר'ס אפיס, אז די פאליציי זאל צוריק עפענען די פארקס אין די היימישע געגענטער. דער ''אומגלויבליכע'' ענטפער פון דער מעיאר'ס אפיס איז געווען, אז אפיציעל איז דער 'בענד' אקעגן פארק'ס נאך אלץ 'אין קראפט'... און די אלע שפיל פלעצער ווי מ'האט אויפגעבראכן די פארקס זענען געווען 'אומלעגאל', און היות ער וויל זיך נישט שלאגן מיט זיי, טוט ער גארנישט דערוועגן, אבער דער מעיאר גייט נישט יעצט צוליב דעם "כשר'ן'' די איבריגע פארקס וועלכע זענען נאך יא געבליבן פארשלאסן... אין אנדערע ווערטער: ''שטעלט זיך אויפן קאפ"... "און עס איז נישטא מיט וועם צו רעדן"... 

דאס האט מורא'דיג שטארק אויפגעברויזט דער היימישע עסקן פון בארא פארק "העשי טישלער", א לאנג יעריגע ''אקטיוויסט'' מיט א 'קאלירפולע' צוגאנג צו יעדע געשעעניש... און מאנטאג נאכמיטאג, בשעת ווען הונדערטע פאר'צער'טע קינדער זענען געווען פארזאמלט פארנט פונעם פארשלאסענעם באוויסטע 18 עוועניו פארק אין בארא פארק, איז טישלער צוגעגאנגן צו די הויפט טויער פארנט פון איינגעלאדענטע ''מידיא קאמערעס'', און האט אויפגעבראכן די פארק מיט א גינגאטישע 'טשאפער', און האט איינגעלאדענט די ווארטענדיגע קינדער צו קומען שפילן אינעם פארק מיט גרויס פרייד. דאס האט נאכגעפאלגט מיט טויזענטע באגריסונגען פון איבער גאנץ אמעריקע אין שטיצע פון טישלער'ס בראווע אקט, היות דער דאזיגע אינצידענט איז געווארן ''נאציאנאל בארימט'', און דער "קליפ" פון דער דאזיגע געשעעניש איז ארומגעפארן איבער גאנץ אמעריקע. דער אנדערע טאג, נעכטן, זענען די דריי היימישע פאליטישאנ'ס, שמחה פעלדער, שמחה אייכענשטיין, און קלמן יעגער, פערזענליך ארומגעגאנגן צו נאך אנדערע דריי שטאטישע פארקס אין היימישע געגענטער, צוויי אין פלעטבוש, און נאך איינס אין בארא פארק, און האבן פערזענליך אויפגעבראכן די שלאס פון די פארשלאסענע פארקס. נעכטן נאכמיטאג איז טישלער אויך אנגעקומען קיין וויליאמסבורג... און מיט די הילף פון העסקן הר"ר יעקב יהושע ווערצבערגער הי"ו, האט מען אויפגעבראכן די טויער פון די גרויסע פארק ביי לי עוועניו און וואלעבאוט סטריט, און צענדליכע פרייליכע קינדער זענען פרייליכערהייט אריינגעגאנגן אין די פארק. 

האט זיך דער מעיאר געלערנט א לעקציע..?? א נעכטיגע טאג..! נעכטן האט דער מעיאר געשוימט אויף די גרויסע "חוצפה"... הלמאי די אידישע געמיינדע לאזט זיך נישט פירן צו די שחיטה כצאן לטבח יובל... דער מעיאר האט פארפירט אז ער וועט דאס נישט צולאזן, מיט נאך פולע דברי הבאי ושטות... אנטשטאט'ס וואס דער מעיאר זאל זיך 'מאכן' אז ער האט נישט מיטגעהאלטן וואס עס איז דא געשען, און זאל 'צומאכן זיינע אויגן' פונקט ווי ער האט געטון אין די איבריגע חלקים פונעם סיטי, האט ער נאך צוגעגאסן מער 'אויל צו דעם פייער,' און האט געגעבן 'שטאף' פאר זיינע קעגנער, אז ער האט זיך דא ארויסגעשטעלט ווי א אפענע שונא ישראל... ווייטאגליך און א שאנדע...



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל