א פרישע אויפדעקונג צייגט, אַז די איי-אַר-עס האָט גענוצט סעלפאָון דזשי-ּפי-עס דאַטאַ וואָס ווערט געזאמלט דורך די ווייערלעס פירמעס, צו טרעפן געזוכטע שטייער פאַרברעכער. דאָקומענטן ברענגען באַווייזן אַז די איי-אַר-עס האָט אָפגעקויפט פון ווייערלעס פירמעס די דזשי-ּפי-עס לאקאציע דאַטאַ פון מיליאָנען אַמעריקאַנער, און דאָס פרובירט צו נוצן. די איי-אַר-עס איז נישט געווען סוקסעספול עס צו נוצן פאַר זייער סערוויסעס, אָבער דאָס איז נאָך א באַווייז איבער דעם וואָס די אַנאָנימע אינפאָרמאַציע ווערט גרינג פאַרקויפט דורך ווייערלעס פירמעס פאַר לאָו ענפאָרסמענט אַגענטורן.
דורך לוח הציבור
הוסף רשומת תגובה