א פעדעראַלער ריכטער האָט בלאָקירט פרעזידענט טראָמפ'ס ביטע צו בלאָקירן דזשאַן באָלטאָן'ס בוך פון ווערן אַרויסגעגעבן פאַר'ן פובליק. דער בוך איז געסקעזשולט אַרויסצוקומען די וואָך, און די טראָמפ אַדמיניסטראַציע איז געגאַנגען אין געריכט, מיט די טענה אַז דער בוך אַנטהאַלט קלאַסיפייד מאַטעריאַל און טאָר נישט אַרויסגעגעבן ווערן. דער ריכטער האָט קריטיקירט באָלטאָן פאַר'ן אַריינשטעלן אינעם בוך דעטאַלן וואָס גייען קעגן אַמעריקע'ס נאַציאָנאַלע אינטערעסן, אָבער האָט געזאָגט אַז ער וועט נישט בלאָקירן דעם בוך פונעם ּפובליק.

אין אן ענליכער נייעס, האט באלטאן אין אן אינטערוויא געזאגט היינט, אז ער וועט שטימען פאר דזשאו ביידען אין די 2020 עלעקשאָנס.



דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל