בערלין – נאענט צו אכציג יאר נאכדעם וואס די לעצטע באן האט געפירט אידן הי"ד צו א זיכערן טויט פון דער הויפּט באן סטאנציע אין דער דייטשער שטאט ווארטבורג, איז אוועקגעשטעלט געווארן א ספּעציעלער געדענקמאל פאר די דעפּארטירטע אידן. דער געדענקמאל, אהערגעשטעלט דורך לאקאלע ארטיסטן, איז אן אויסשטעל פון רענצלעך און האנט-באגאזשן, אין עהרע פון די חפצים האב-און-גוטס וואס אידן האבן זיך מיטגעשלעפּט, געמאכט פון שטיין און אייזן. מען קען צוגיין און "סקענען" יעדע איינס פון די רענצלעך און עס דערציילט די געשיכטע פון אלע שטעטלעך פון וואו אידן זענען דעפּארטירט געווארן.

דייטשער געדענקמאל פאר דעפארטאציעס



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל