די כינעזער רעגירונג האָט אַרויסגעשטעלט א שטרענגע וואָרענונג, אַז אויב אַמעריקע וועט שיקן מיסילס צו אַנדערע אַזיאַנער לענדער, וועט זי דאָס נישט אַקצעפטירן און וועט נעמען קעגנערישע שריט. די וואָרענונג קומט נאָכדעם וואָס מען האָט געהערט אַז יאַפאַן זוכט איבערצומאַכן איר פאַרטיידיגונגס פאַליסי און וועט מעגליך קויפן מיסילס און מיסיל שוץ סיסטעמען פון אַמעריקע. כינע זאָגט אַז זי וועט נישט נעמען די אישו פאַר לייכט, און וועט נעמען שטרענגע שריט קעגן סיי וועלכע לאַנד אין אַזיע וואָס נעמט אָן די אַמעריקאַנער מיסילס.
דורך לוח הציבור
הוסף רשומת תגובה