פון הרב משה נחום קרויס

לעולם 'יראה' אדם כאילו 'הוא עצמו' יצא ממצרים. אין יום טוב פסח זענען מיר באפוילן בתורת "חיוב" צו אקטעוויזירן די "כח הדמיון" און "כח הציורי" אויף איר פולסטן פארנעם, בעיקר פאר די קינדערליך וואס אין זייערע יארן איז די "כח הדמיון" שולט מער, אבער אויך פאר אונז ערוואקסענע וואס בכלליות טוט מען זיך באנוצן מיט 'מציאות' און 'ריאלעטעיט' ווי מער דמיון.

דעריבער האבן מיר בעזר אדון כל געקליבן די נושא פאר יום טוב פסח די "כח הדמיון". איי איי גאר טיף און פארצווייגט איז די כח המדמה, איר צו פארשטיין און איר משיג צו זיין איז ווייט נישט קיין "דמיונות" לפי אונזער מושג, עס האט זיך פארלאנגט אסאך דמיון צו פארשטיין די כח הדמיון און נישט ווייניג שכל בכדי נישט צו פארשוועמט ווערן פון די שטורמישע און מעכטיגע כח הדמיון. מיר האבן געדארפט צוקומען צו די הילף פון די גרויסע מוחות ווי מרן החזון איש וואס זאל אונז ערקלערן בעומק הבנתו די מושג פון "דמיון".

בעפאר מיר זענען פאנגן אן די פארצווייגטע מאמר, וועלן מיר מקדים זיין מיט א סיפור וואס טוט עטוואס ארויפברענגן די "דמיון" אויפן אויבערפלאך און וועט דינען אלס א הקדמה צו די ביאור יסודי פון מייסד תנועת המוסר הגר"י סאלאנטער זצ"ל און מרן החזון איש זצ"ל.

ער שטייט אויף אינדערפרי דורכגעקווייקט פון שווייס און אויפגעגעסן פון דאגה, קוקט'ס אויף מיר זאגט ער פאר די בני המשפחה, מיין קאפ ווערט אויפגעבלאזן עס ווערט גרעסער און גרעסער..

די בני המשפחה האפן אז די נייע שיגעון וועט שנעל אריבערגיין, אבער למחרת הבוקר דעם קומענדיגן אינדערפרי הוא קורא להם שנית, און לאזט וויסן מיט א ציטערדיגע שטימע: איך שפיר ווי מיין קאפ וואקסט אויף א גרויסן פארנעם.

במשך עטליכע טאג האט זיך די סצענע איבערגעשפילט, די בני המשפחה פראבירן אים מסביר צו זיין אז "הכל בראש" אלסדונג איז אין קאפ און עס איז א בלויזע "דמיון", אבער והוא בשלו. ער עקשנ'ט זיך. זיי נעמען אים צו א דאקטאר, און נאך א גרונטליכע אונערזוכונג זאגט ער אז ער איז פיזיש געזונט שטארק. די צווייטע סטאנציע איז שוין געווען ביי א "פסיכיאטער" ער זעהט אז די מצב נפשי איז נישט גוט און טוט אים פארשרייבן עטליכע מעדיצינען וואס זאלן אים העלפן. די קומענדיגע טעג, די מעדיצין האט נאכנישט געהאט איר אפעקט, אונזער איד'ל ליגט אין בעט און טראגט נישט דורך די יסורי הנפש.

בצר לו, ווענדט ער זיינע טריט צו זיין רבין דער בית ישראל פון גור זצ"ל. דער בית ישראל וואס איז געווען באקאנט מיט זיין חכמה און פקחות האט תיכף פארשטאנען אז אונזער איד'ל ליידט פון א שוועריגקייט פון מבדיל צו זיין צווישן "דמיון" און 'שכל' דעריבער האט ער אים געגעבן א כלי-עזר, א כלי וואס מ'קען זיך במציאות אליינ'ס איבערצייגן אז דאס קאפ וואקסט נישט פיזיש, און האט אים געזאגט: כל עוד הראש שלך נכנס למגבעת, מצבך טוב! ביום שהראש שלך לא ייכנס למגבעת חזר אליי ונחפש פתרון. ווילאנג דיין קאפ פיט אריין אין דיין היט, איז דיין מצב גוט! די טאג ווען דיין קאפ וועט אויפהערן אריינצופיטן אין דיין היט דאן זאלסטו צוריקקומען צו מיר און מיר וועלן זוכן א פתרון. ע"כ המעשה.

אט די מעשה ביי איינעם מער און ביי איינעם ווייניגער טוט זיך אפשפילן ביי אונז אין מח ביי פארשידענע ענינים. מ'באנוצט זיך מיט די דמיון אויף נישט א גוטע אופן. דעריבער בכדי צו וויסן ווי אזוי זיך צו באגיין מיט די גרויסע מתנה מיט וואס הקב"ה האט אונז באשאנקן די מעכטיגע כח "הדמיון", דארפן מיר קודם וויסן וואס איז דאס 'דמיון'. וזה החלי בעזרת אדון כל.

דמיון ~ מושגה

בעפאר הקב"ה האט באשאפן די "מענטש", שטייט אין די תורה הקדושה: נעשה אדם בצלמנו כ'דמותנו', הקב"ה האט אונז מענטשן יציר כפיו מדמה געווען בדמיון לעליון, ווי די זוהר הק' לערנעט אונז אז "אדם" איז מלשון "דמיון", ווי עס שטייט אין ישעי' (יד, יד) "אדמה לעליון" דער הייליגער רבי ר' יונתן בספרו תפארת יהונתן (בראשית, ה, יט) שרייבט בא"ד: אבל באמת איתא בזוהר דאדם הוא מלשון "דמיון" כמו אדמה לעליון דאמר נעשה אדם בצלמנו כדמותינו, והוא נצחי היותו נוצר מאדמה שהיא נצחי, וע"כ יוחס אדם לאדמה. קומט אויס אז בעצם אונזער יסוד מתחלה אן איז 'דמיון' צוגלייכן, וואס מיינט צוגלייכן אז עס איז דא צוויי מושגים איינס וואס איז למעלה פון אונז, און די צווייטע וואס איז למטה פון אונז און עפעס א כח אמצעי איז מגשר צווישן די צוויי. דאס איז גלייך צו דאס.

ביים מענטש טוט די "דמיון" מגשר זיין צווישן די הויכע כח די 'שכל' און די נידריגע מער חומריותיגע כוחות די 'חושים'. אינעם 'קונטרס שבעים כוחות שבאדם' (להגר"א) נאכדעם וואס דער גר"א רעכענט אויס די פינף חושים, זעהן, הערן, שמעקן, טעם, מישוש (טאפן), שרייבט דער גר"א: וכנגד חמשה חושים הנ"ל שבאבר הגוף נשתתף לכל אחד כמו כן כח במח וכו' ועוד ה' כוחות פנימיות, המדמה קעגן די פינף אינדערויסענדיגע חושים איז דא פינף אינערליכע חושים צווישן די פינף אינערליכע איז די כח "המדמה". קלארער גערעדט ווי עס איז אויסגעשמועסט אין די פארשערדיגע וועלט, דמיון איז א כח וואס ערמעגליכט צו האבן א מענטע"ל אימעדזש אזאנס וואס איז נישט אויפגעכאפט דורך די פינף חושים, עס איז די מעגליכקייט פאר די מחשבה צו בויען א מענטע"ל סצענע, אביעקטן אדער געשענישן וואס איז נישטא במציאות און נישט געווען און נישט געשעהן. נישט נאר די חוש הראי' פון זעהן איז דא אין דמיון, נאר אלע פינף חושים, מ'קען פאנטאזירן א קול, א טעם, א גרויך, א פיזישע פילונג. ביי מאנכע איז די 'זעהן' במחשבה שטערקער, ביי אנדערע איז די "שמעקן" במחשבה שטערקער אד"ג.

דער מלבי"ם בספרו 'הכרמל' (ערך דמה) ערלקערט די מושג פון דמיון קלאר, און עס טוט מסכם זיין וואס מיר האבן געשריבן: הכח המדמה לוקח ציוריו מן החושים ומדמה דבר אל דבר לפי משפט החושים ותנאיהם בזמן ומקום ולזה יטעה ויכזב בדמיונו לרוב בדמיון, כי אינו לוקח ציוריו מן השכל. זיינע ווערטער ערלקערט: וואס איז דאס דמיון? דמיון איז א כח פון 'ציור' אבער דמיון קען זיך נאר אויסמשל'ן זאכן וואס די אויגן האבן געזעהן, די אויערן האבן געהערט, די נאז האט געשמעקט, די צונג האט געקאסט און די הענט האבן געשפירט. דאס הייסט אז מענטשן האבן אלע דורות געדמיונ'ט אז מ'זאל קענען פליען אין די לופט, וויבאלד די אויג האט געזעהן אזא מושג ווי א פייגל פליהט, האט די כח הדמיון זיך מצייר געווען אנשטאט א פייגל זאל פליען זאל א מענטש פליען 'אם יתן לי אבר כיונה אעופה וגו''. איז וויבאלד 'דמיון' נעמט אירע מקורות פון די 'פינף חושים' איז זי באגרעניצט צו 'צייט און פלאץ' ווייל די דמיון איז נאר מצייר זאכן וואס מ'האט משיג געווען, גערעכט אז די ערפינדער פונעם ערעפלאן האבן נישט געזעהן מיט זיין 'חוש הראי'' א ערעפלאן פליען, אבער ער האט געזעהן א פייגל פליען, און האט זיך מצייר געווען אז א דומם קען דורך די כח פון 'פליגלען' אויך פליען דאס איז די כח פון 'דמיון' מדמה זיין מילתא למילתא, צוזאמשטעלן זאכן וואס ענדלן. אבער נאך אלעמען איז 'דמיון' באגרעניצט.

דערקעגן 'מחשבה' איז יונק אירע ציוריים פון שכל און בינה און נישט פון די חושים, ווי דער מלבי"ם שרייבט (שם
ערך חשב): הכח המחשביי לוקח ציוריו מן כח השכל והבינה לא מן החושים. די כח השכל און בינה זענען מוטבעים / איינגעפלאנצט אין די נפש. קומט אויס אז מחשבה איז אומבאגרעניצט פון צייט און פלאץ, ווייל שכל און בינה זענען אין סוף. מיט דעם איז פארשטענדליך וואס עס שטייט אין ירושלמי (תרומות פ"א ה"א, וביבמות פי"ג ה"ב) עכו"ם אין להן מחשבה, גוים פארמאגן נישט קיין מחשבה. די ערקלערונג איז אז זייער מחשבה איז מוגבל, באגרעניצט. משא"כ אונז אידן איז אונזער מחשבה יונק פון שכל און בינה א העכער און אומבאגרעניצט ארט.

עכ"ז איז 'דמיון' פאר זיך נישט אוועקצומאכן, ווען עס האנדעלט זיך לגבי אנדערע כוחות, ווי אלעבערט איינשטיין שרייבט: דמיון איז מער וויכטיגער ווי "וויסן", "Knowledge". "וויסן" איז באגרעניצט איבער זאכן וואס אונז ווייסן יעצט און פארשטיין, דערקעגן 'דמיון', נעמט ארום די גאנצע וועלט אלעס וואס מ'וועט נאר אמאל וויסן און פארשטיין.

מיר דארפן נישט קריכן צו ווייט צו פארשטיין די עמקות און מעכטיגע כח פון 'דמיון' רבותינו ז"ל האבן עס ברייט אויסגעשמועס, נתחיל במשנתו של החזון איש זצ"ל.

דמיון במשנתו של החזון איש זצ"ל

וואס איז דאס די אינערליכע כח 'המדמה'? לאמיר לערנען א שטיקל חזון איש (אמונה ובטחון פ"א ח) דאס וועט אונז געבן א טיפען בליק איבער די כח המדמה, דערנאך וועלן מיר עס אויסשמועסן אויף מער א גרינגערע פארנעם מובן לנשים ולילדים.

שרייבט דער הייליגער חזון איש: ענין הדמיון הוא כח נאצל מן השכל, והוא שטחי בלתי עיוני. דמיון איז א כח וואס קומט פון די שכל, אבער נישט ווי די שכל, איז דמיון א אויבערפלעכליכע כח. וטבעו לשכנע את האדם ולאסור את לבו שלא יחשוב נגד דמיונו. די טבע פון 'דמיון' איז צו משכנע זיין convincing דעם מענטש און איינשפארן די הארץ אז ס'זאל נישט טראכטן אקעגן די דמיון. ולעומת זה ה'שכל' הוא תמיד איש ריבו של הדמיון, די שכל איז די קעגענער פון די דמיון, והאדם מכיר בשכלו כי הדמיון לאו בר סמכא הוא, די מענטש אנערקענט מיט די שכל אז מ'קען זיך נישט פארלאזן אויפן דמיון, אבל לעתים ינצח הדמיון בהיותו תוקף על האדם ביותר. אבער צומאל וועט די דמיון זיך שטערקערן אויפן שכל ווייל עס איז זייער א שטארקע כח און עס איז שווער צומאל זיך קעגנצושטעלן.

קלארער צו פארשטיין די ווערטער וועלן מיר צוברענגען וואס הגר"י סאלאנטער זצ"ל שרייבט באיגרת המוסר: האדם אסור במושכלו וחופשי בדמיונו! די באדייט איז, אז ווען מ'גייט נאך די שכל גייט מען אויף א אויסגעטראטענע און מצומצדיגע וועג לויט געזעצן און חוקי ההגיון, דערקעגן ווען די דמיון האט נישט קיין אפהאלט און געזעצן ממש אין מעצר לרוחו. ווי הגרי"ס עקלערט עס במשל: די שכל איז די 'מענטש' רוכב על הדמיון, הסוס, וואס רייט אויפן פערד וואס איז די דמיון. ווען דער רייטער ווייסט ווי אזוי צו קאנטערלירן דעם פערד דאן קומען ביידע אן צום ציל, אבער אויב ווייסט נישט דער רייטער ווי אזוי צו קאנטערלירן דעם פערד דאן ווערט דער פערד א סוס פרא א ווילדע פערד, עס ווארפט אראפ דעם רייטער פון זיך און טוט אנזייען א הרס בל יתואר א אומבאשרייבליכע חורבן.

לאמיר ממשיך זיין מיט די ווערטער פונעם חזון איש: .. טבע הדמיון למהר ולהתקדם ולהגיד משפט, טרם שהשכל הכין מאזני משפט לשקול בפלס דבר על אופנו, והדמיון חורץ משפטו כרגע, מהו מן האמת ומהו מן הכזב. די טבע פון דמיון איז צו פעדערן די שכל און קומען צו א באשלוס נאך בעפאר די שכל האט געהאט די מעגליכקייט שוקל צו זיין און קומען צום ריכטיגן באשלוס.

[בפרק ה'] שרייבט דער חזון איש: הדמיון כופף ראשו בפני העושר, ולעתים בפני העשיר, נכנע לפני הכח ולעתים לפני בעל הכח, נכנע לפני היופי לפני הנוי, לפני היכלי שן, לפני ארמוני מלכים, לפני מעשים כבירים, לפני המצאות חדשות, כורת ברית עם העין, הולך שלובי זרוע עם ההוה.

דער חזון איש ברענגט ארויס אונטער וועם די 'דמיון' טוט זיך אונטערווארפן און טוט שעצן: די דמיון בייגט זיך פאר רייכקייט און פארן עושר, פאר כח און פארן בעל כח, פאר שיינקייט, פאר פאלאצן פאר מעכטיגע געשענישן, פאר נייע ערפונדונגען, די דמיון מאכט א די"ל מיט די 'אויגן' און גייט האנט ביי האנט מיט די 'יעצט' וואס קומט פאר אט יעצט ממש.

דערקעגן די שכל, והשכל איש ריבו אוהב את הבחינה השכלית, מחבב את המאזנים, חומד את משפטי החשבון, חושק את חקי המחקר. די שכל האט ליב מבחין צו זיין און האט ליב חכמה ווי מאטעמאטיק און וויסענשאפט.

איז ממשיך דער חזון איש: טבע בני אדם לאהוב את התחרות, מענטשן האבן ליב קאמפעטישא"ן, אם שנים, אחד מתחרה את רעהו, ווען צוויי שלאגן זיך, אם עדה את חברתה, ווען צוויי געמיינדעס (קהלות) שלאגן זיך, אדער, אם דורות הראשונים מתחרים עם דורות האחרונים, ווען די פריערדיגע דורות רייבן זיך מיט די יעצטיגע דור, דאס ציהט די הארץ, ס'איז נעימה באטעמט פאר די אויגן צו זעהן און פאר די אויערן צו הערן הדמיון התענין רציני באזנים קשובות די דמיון הערט זיך גוט צו, צו ביידע צדדים, וכדרכו צו ענטפערן אויפן פלאץ, איז די דמיון כותב וחותם פסק דינו און זאגט: לכו נא דורות הקדמונים למנוחתכם אתם וצרור חכמתכם, כבר אנחנו חיים בדור חכם חרשים, צעיר ומחוכם. גייט ענק צוריק פריערדיגע דורות צו ענקער מנוחה מיט ענקער בינטל חכמה, מיר געפונען זיך שוין היינט אין א יונגערע און קלוגערע דור.

אבער די שכל, איילט זיך נישט צו קומען צו א באשלוס, מיסב ומעיין, ובהגיון עמוק עי"ש בדבריו ווי ער שמועסט ברייט אויס די חילוק צווישן דמיון און שכל.

דמיון – ערקלערט

אחרי קדמנו כל אלה איבער די עומק המושג פון 'דמיון' וועלן מיר ערקלערן די תפקיד פון 'דמיון'. ווי געשריבן איז דמיון אן שכל ווי א ווילדע פערד וואס קען אנזייען חורבנות, לאמיר זעהן ווי אזוי 'דמיון' און 'שכל' ארבעטן ביינאזאם און ווי אזוי עס ווערט דורכדעם באלאנסירט.

העכער אלע חושים האט הקב"ה מטביע געווען אינעם נפש די כח השכל און פארשטאנד, וואס דורך די כוחות ווייסט די מענטש ווי אזוי זיך אומצוגיין במהלך החיים אויף יעדע טריט און שריט. למטה מן השכל אונטער איר האט הקב"ה מטביע געווען נאך א כח, דאס איז די כח הדמיון די חוש הדמיון אדער די כח המדמה, וואס אט די כח איז פון די טייערסטע און האקעלסט'ע כוחות מיט וואס הקב"ה האט באשאנקן דעם יציר כפיו, מיום עמד אדם על דעתו האט ער זיך באנוצט מיט די כח הדימוי.

לאמיר עס ממחיש זיין, א קליין קינד איז נעכטן צוגעגאנגען צום הייסן אויווען, און מ'האט געשריגן צום קינד 'הייס, הייס' וויבאלד מ'האט דעם קינד דערווייטערט פון דארט מיט א בהלה און אויך דאס ברי וואס ער האט געכאפט אויפן שפיץ פינגער, וועט דאס קינד דעם קומענדיגן טאג ווען ער וועט נאנט קומען צו א הייסע טיי און מ'וועט ווידער שרייען 'הייס, הייס' וועט דאס קינד עס נישט אנרירן . וואס איז דא געשעהן? די מוח באנוצט זיך מיט די כח הדמיון, און טוט מדמה זיין מילתא למילתא מה אמש חם חם הביא הרחקה וכאב כויה, אף היום כן. גענוי ווי נעכטן האבן די ווערטער הייס, הייס געברענגט אז איך זאל מיר אוועקריקן און אויך ווייטאג, גענוי אזוי איז היינט די באדייט פון הייס הייס, איי נעכטן איז עס געווען א אוויוען און היינט א גלעזל טיי, אבער דאס איז די חסד און ניצן פון די כח הדמיון מדמה צו זיין מילתא למילתא ממש ווי אטעמאטיש און אזוי טוען קינדער אויפוואקסן.

די דמיון קען אבער גענוצט ווערן אויך אויף א פאלשע אויפן, אויב ווען מ'וועט דעם קינד אריינלייגן און בעט און צודעקן מיט א דעקענע און מ'וועט פארן קינד זאגן עס איז הייס אונטער די דעקענע, דאן קען זיך אנצינדן די 'הייס, הייס' ווארענונג און דאס קינד וועט מורא האבן זיך צוצידעקן ווייל ס'וועט עס צוזמאשטעלן מיט די אויווען און די טיי. [דא ליגט באגראבן די יסוד פון ציטערנישן און פחדים אז 'הייס' מיינט אייביג נישט גוט און די מח טוט נישט גוט אפטיילן מענין לענין].

אט דא קומט די שכל וואס איז העכער ווי 'דמיון' און איז מיישב די סוגיא, יא יא, א אויווען איז הייס און אונטער א דעקענע איז הייס, אבער פון די הייסקייט דערוואטערט מען זיך און צו די הייסקייט דערנענטערט מען זיך.

עוד דוגמא, נאך א ביישפיל ווי 'דמיון' ווערט באנוצט און ווי שכל טוט עס שטעלן אויפן פלאץ. ווען מ'הערט איבער א געשעניש וואס איז געשעהן דאן און דאן דארט און דארט וועט יעדע מענטש ביי זיך אין מח זיך אויסמשלן א גאנצע בילד ביז צו די פרטי פרטים ווי אזוי די פלאץ זעהט אויס, ווי אזוי ווייסט ער ? ער איז דאך נישט דארט געווען? נאר מ'באנוצט זיך מיט די כח המדמה, און ווען מ'הערט די ווארט 'פעלד' טוט די מח ארויפברענגען א אנדערע פעלד וואס ער האט אמאל געזעהן, און אויף די פעלד וואס ליגט אין זיין זכרון וועט ער זיך אין מח אויסמשלן די מעשה.

א פראבע, ווען מ'וועט פארציילן איבער א פעלד בעפאר דריי מענטשן, און מ'וועט יעדער פון זיי באזונדער פרעגן, ווען די האסט געהערט איבער די 'פעלד' וואס האסטו געזעהן אין דיין מח דאן (מאך צו די אויגן און טראכט גוט), איז געווען ביימער אין די פעלד? אויב יא, וויפיל, גרויס אדער קליין? גרין אדער ווייס? איז דארט געווען מענטשן דאן?

מ'וועט זעהן אז יעדע פון די דריי וועט האבן א אנדערע ענטפער אויף די פראגן, דער ערשטער וועט צב"ש זאגן אז ער האט געזעהן א ברייטע פעלד מיט ווייניג מענטשן, דער צווייטער וועט זאגן אז ער האט געזעהן א שמאלע פעלד ליידיג פון מענטשן, דער דריטער וועט האבן געזעהן א פעלד מיט ביימער אד"ג.

גענוי ווי יעדער פון אונז ביים זאגן די פרשת עקידה טוט מען זיך אויסמשל'ן די זעלבע ציור בכל יום ויום איבער די שטרעקע ווי יצחק און אברהם זענען געגאנגען. איינער זעהט א זאמטיגע ברייטע וועג ליידיג פון מענטשן, א צווייטער וועט זעהן אין דמיון א בערגיגע וועג א דריטער וועט אויך זעהן גראז און ביימער. די אמת איז אז די בילד אין מח האט גארנישט צו טאן מיט די מציאות, עס איז בלויז א התחלה מיטל פארן מענטש צו 'ממחיש' זיין א אומזעבארע זאך, אבער עס איז נישט די עיקר צו בלייבן מיטן דמיון נאר מ'דארף זיך מיטן שכל אויך באנוצן.

לאמיר נעמען א ביישפיל און זעהן ווי אזוי שכל איז מיישר אן די צורה גשמי וואס ווערט גענומען פון די כח הדמיון: ווען עס קומט צו מאטעמאטיק צב"ש מ'וויל רעכענען 46 מיט 55 וואס די סך הכל איז 101 ,די מח כאפט דאס אויף א פשוטע אופן אן קיין 'צורה' (בילדער), די מח טראכט נישט 46 עפלעך מיט נאך 55 עפעלעך, ווייל די רגע וואס מיר זאגן 'עפעלעך' מישט זיך אריין די כח המדמה און יעצט וועט שוין יעדער זאגן וועלכע קאליר די עפעלעך זענען און וועלכע קאליר די באקס אין וואס די עפעלעך איז. דא זעהט מען די חסד הבורא ווי די שכל כאפט אויף אז דא קומט פשטות און די כח המדמה מישט זיך נישט
אריין.

די דמיון המדמה איז וויכטיג און קומט צונוץ צו מקרב זיין צום שכל זאכן וואס מ'זעהט נישט בחוש און ס'מאכט עס כאילו ס'איז ממש דא, אבער העכער ווי דמיון איז שכל וואס טוט אויסטון די צורה פון די זייטיגע בילדער און צורות וואס האבן זיך אומווילענדיג אנגעקלעבט דורך די כח הדמיון.

דאס איז באמת די חילוק צווישן קינדער און ערוואקסענע. קינדער פארמאגן א גרעסערע דאזע פון 'דמיון', ווי עלטער מ'ווערט ווערט (ביי רוב מענטשן) די כח הדמיון שוואכער און 'מציאות' שלאגט און פנים. אלס קינד טוט די לעבן נישט פארלאנגן פון אונז מעשיותדיג'ע באשליסן, ווי עלטער מ'ווערט דארפן מען זיך מער ספראווען מיט די מציאות.

א אינטערעסאנעטע פאקט: קינדער וואס זענען געווען פון די גאונישע און עילוישע קאטגאריע וואקסן אויף מיטלמעסיגע מענטשן אן קיין אויסערגעווענליכע כשרונות. דערקעגן די קינדער וואס מ'פלעגט אויף זיי שרייען , פארואס חלומסטו? זיי פלעגן זיין פארנומען אסאך מיט דמיונות אלס קינד, אט די וואקסן אויס מער מצליחים אויף די עלטער.

דער חכם בכח הנפש רבי שלמה הופמן זצ"ל בספר(ו) בנין נפש האדם, טוט ער אויסשמועסן די בנין האדם בנפש לפי די יארגאנג, יעדע יאר דאס וואוקס בנפש. בפרק יא (גיל 6-5-4) שרייבט ער אז ביי די יארגענג ווערט אנטוויקעלט די 'שלטון הדמיון בילדות', ער ברענגט צו פון דרשות הר"ן (הדרוש העשירי נוסח ב) אז בראשיתו פונעם מענטש איז די דמיון שולט על מוחו, אזשע ביז די 'שכל' ווערט מתפתח און נעמט איין שטח נאך שטח. וז"ל: כח הדמיון להיות בטבעו לפנות למטה, והתאוות וכל כחות הגוף עוזרות אותו להיות חמרים כמוהו, וכל דבר יטה לדומה. גם להיות הנאת המחושות גלויה לכל ומפורסם מהמושכלות, גם להיות האדם בעת לידתו נוטה אליהם ומורגל להם. ע"כ.

ערקלערט רבי שלמה, אז צוליב די סיבה האבן נישט קיין קינדער א 'קנה- מידה' לאמוד ולמדוד צו מעסטן און אפצושאצן די גבולות השטח (ספעי"ס) און מגבלות הקול, דערוועגן איז מסוכן אז די יארגאנג זאל אליינס אריבערגיין די שטראז. דערוועגן וועלן זיי אויך רעדן און זינגן אדער גאר שרייען הויך אויפן קול, אפילו ווען מ'קען אים הערן אן שרייען אד"ג.

קינדער אין די יארגאנג, וועלן געווענליך ליב האבן צו שפילן און מאלן, און אויך דראמ"א. דאס ערמעגליכט זיי אויסצוברייטערן זייער כח הדמיון. זיי זענען מצייר אין זייער מוחות 'רגשות' און נישט קיין 'מציאות'.

די מעכטיגע כח פון 'דמיון'

ווי געשריבן קען דמיון זיין א מעלה א מגשר און צומאל א ווילדער פערד, אבער ווידעראום קען 'דמיון' דינען אלס א כח ממש אין כדוגמתו, מיר וועלן דא צוברענגן עטליכע סיפורים און מושגים וואס וועט צייגן די מעכטיגע כח פון די כח המדמה.

עס איז באקאנט די גמרא (ברכות סא) ווען דער הייליגע תנא רבי עקיבא איז געפייניגט געווארן דורך די אומבאגרייפיגע פיין פון 'סורקים את בשרו במסרקות של ברזל' די רשעים האבן געקאמט זיין הייליגע גוף מיט אייזענע קאמבן, אט אין יענע מאמענטן האט דער הייליגער תנא מיט א רואיגקייט מקבל געווען עול מלכות שמים מיט ליבשאפט 'שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד'.

זיינע תלמידים וואס זענען געשטאנען דערביי האבן מיט וואונדער געפרעגט, רבי 'עד כאן'? ווי אזוי האלט זיך די רבי אזוי רואיג? ווי אזוי איז עס מעגליך? האט זיי רבי עקיבא געענטפערט: כל ימי הייתי מצטער על פסוק זה מתי יבוא לידי ואקיימנו 'בכל נפשך' אפילו נוטל את נפשך. ערקעלערט רב דעסעלער זצ"ל (מכתב מאליהו ח"ד) רבי עקיבא'ס ענטפער איז געווען, גערעכט, אויב וואלטן די שרעקליכע יסורים ווען געקומען פלוצלונג וואלט איך עס נישט געקענט אריבערטראגן, אבער איך האב מיר דערצו צוגעגרייט 'כלי ימי' הייתי 'מצטער' בין איך אריבער אין מיין 'דמיון' די צער יסורים בשעת'ן מקיים זיין די 'בכל נפשך' איך האב מיר עס מדמה געווען מיט ציוריים מוחשיים. ממילא ווען עס איז געקומען דערצו איז עס פאר מיר נישט געווען קיין נייע זאך און ס'איז מיר נישט שווער געווען אינזין צו האבן און מקבל זיין עול מלכות שמים בשעת'ן אריבערגיין די מוראדיג'ע יסורים.

באמת ליגט דערינטער נאך א טיפערע בחינה, אז די שכל איז ביכולת זיך מתגבר צו זיין אויף יסורים. ווי מיר האבן שוין געשריבן במאמרינו 'באהבתה תשגה תמיד' ווי דורך שכל און מחשבה האבן גדולי עולם ווי רבא במס' שבת און נאך האבן קיין יסורים נישט געשפירט. גאר וואונדערליכע ווערטער שרייבט דער רבי דער הייליגער חתם סופר זצוק"ל, ער טוט ערקלערן די ווערטער פון די מדרש (פקודי) ויעשו בצלאל וכל איש חכם לב אשר נתן ה' חכמה ותבונה 'בהמה', שרייבט די מדרש אז אפילו ב'בהמה' האט הקב"ה אריינגעגעבן אין זיי חכמה. ערקלערט דער חתם סופר, ווי עס איז מבואר אין גמ' שבת און איז מבואר אין רש"י על אתר, אז מ'האט געשפינט די וואל ווען עס איז נאך געליגן אוףי די לעבעדיגע שעפעלעך )שינוי משום שבת(, לכאורה איז דאס געווען פארבינדן מיט צער בעלי חיים, דעריבער האט הקב"ה דאן אריינגעגעבן 'חכמה' און השלטת השכל אין די בעלי חיים וואס מיט דעם איז מעגליך איבערצוקמען די יסורים און צער און זיי נישט שפירן. נוראות.

שפאצירן אין ווארשא.. בדמיון

מוראדיגע ווערטער, דאס איז א מציאות וואס אידן האבן זיך באנוצט ביים צווייטן וועלט קריג זיי האבן געדמיונ'ט אויף בעסערע מאמענטן. הגאון רבי גד'ל אייזנער זצ"ל איז געווען אין לאגער מיט אנדערע אידן, ער האט געזעהן ווי זיי פאלן אריין אין מרה שחורה. איין נאכט האט ער זיי ערוועקט, גערע חסידים זענען זיי געווען פון 'ווארשא', ער האט זיי געזאגט הערט מיר צו טייערע פריינט, מיר גייען דורך שווערע מאמענטן יעצט, אבער מיר גייען ווערן אויסגעלייזט נישט לאנג ארום, איך האב מורא, האט זיי רבי גד'ל געזאגט, אז נאכן אויסלייזן וועט מען פארגעסן ווי אזוי מיר פלעגן שפאנצירן שבת נאכמיטאג נאך די טשלענט אין ווארשא, צו געדענקט איר נאך ווי מיר פלעגן די ספאדיק שיף שטעלן אויפן קאפ, און אריינלייגן די הענט אינעם גארטל, און מיט א גראדע ריקן כאילו מ'לאנט זיך אן אויף די לופט האבן מיר שפאנצירט אין די ווארשא גאסן. לאמיר יעצט ארויסגיין אויפן גאס און עס איבערשפילן כדאי עס זאל פון אונז נישט פארגעסן ווערן יענע לעכטיגע שבתים. רבי גד'ל מיט דריי אידן האבן זיך ארויסגלאזט אין די הויף און שיף געמאכט זייער דאשיק וואס בדמיון איז עס געווען זייער ספאדיק, זיי האבן די הענט אין די זייט געלייגט כאילו א גארטל וואלטן זיי אנגעהאט. מתחלה האבן די צעבראכענע אידן שפאנצירט איינגעבויגענעהייט, רבי גד'ל האט זיי אויפמערקזאמגעמאכט, נישט אזוי האט מען שפאנצירט, נאר אזוי, גראד'ס אויס ענעקער ריקן, אט אזוי. די דמיון כאילו זיי שפאנצירן אין די ווארשווע גאסן נאך די טשלענט האט געארבעט די אידן האבן מיט זייערע שיפע דאשיקלעך ארומשפאצירט און פארגעסן ווי זיי געפונען זיך, ביז א געשריי פון א קאפו האט זייער דמיון איבערגעריסן, ווי מיינט איר ענק זענען האט ער געשריגן! די אידן האבן זיך אויפגעכאפט פון
זייער דמיון, דערציילט איינע פון די דריי עס איז געווען די ערשטע מאל נאך זעקס יאר וואס א שמייכל איז ארויפגעקומען אויף מיין ליפן!

בעת די מלחמה פון רוסלאנד-יאפאן (תרס"ד) האט די רוסישע מילטער פארארדענט טויזענטער אינגעלייט פון פוילן זיך צו שטעלן צו די מיליטער און אסאך פון זיי זענען אפגעשיקט געווארן קיין 'מאנצור'ע' וואס גרעניצט זיך מיט יאפאן. געווען איז עס איין פרייטאג צונאכטס, א אברך בן עליה פון די גווארדיע און חסידים פונעם הייליגן שפת אמת זצוק"ל געפונט זיך דארט אין מאנצורע ביים פראנט, ער ליגט אויפן ערד מיט הייס געווער אין א שוץ גרוב, עס האט אים אנגעכאפט שטארקע געגועים צו זיין רבי'ן. עס האט אים אנגעכאפט א דביקות עילאה, ער האט מיט די כח המדמה זיך מתקשר געווען אל הקודש פנימה: ער האט געדמיונ'ט ווי ער געפונט זיך אין גור אין בית המדרש ביים הייליגן רבי'ן, אין כאן לא מלחמה, לא צבא נישט קיין מיליטער נישט קיין מאנצורע נישט קיין בונקער, בדמיון איז ער יעצט אין בית המדרש, ער זעהט די חסידים שטייען ארום דעם הייליגן שפת אמת און נייגן צו א אויער צו הערן די דברי אלקים חיים, ער דמיונ'ט ווי ער שטייט אויך דארט און נייגט צו א אויער צו די תורה פון זיין גרויסן רבי'ן, זייענדיג א חסיד אדוק אין זיין רבי'ן האט ער בדמיון די תוכן השיחה פונעם רבין. ער האט די תורה אפגעהיטן אין זיין מחשבה, במוצאי שבת האט ער עס אפגעשריבן און אפגעשיקט צום שפת אמת. ויהי לפלא ווען דער שפת אמת האט די בריוו געענפענט האט די תורה געשטימט ממש מיט וואס די שפת אמת האט דאן געזאגט, ובאין אומר ובאין דברים האט דער שפת אמת דעם בריוו גענומען און עס אריינגעלייגט אין זיין זילבערנע טאביק פושקע. כן בקודש חזיתיך (הרב משה יעקב קנר שליט"א ששמע הסיפור מהגה"צ רבי מנחם מענדל מענדלזון זצ"ל רבה של קוממיות).

די סיפורים זענען מוראדי'ג, אויך מיר היינטיגע צייטן קענען זיך באנוצן מיט די כח זיך ארויסצוזעהן פון שווערע מצבים און זיך אריינלייגן אין גוטע מצבים דורך די כח הדמיון.

להבדיל עס איז באוויסט ביי קריג'ס געפאנגענע וואס האבן זיך געהאלטן ביים זינען בלויז מיטן כח הדמיון, ווי צב"ש א אמעריקאנער סאלדאט וואס איז אריינגעפאלן אין געפענגעניש ביי די וויטנאם קריג און איז געווען באוויסט אלס א מעסטער אין די שאך שפיל. ווען ער איז באפרייט געווארן האט ער ווייטער געזיגט אין די שאך שפילן, ווען מ'האט אים געפרעגט מיט וואונדער ווי אזוי ער האט אין תפיסה נישט פארגעסן די שפיל? האט ער געזאגט אז ער פלעגט אין געפענגעניש שפילן שאך אין זיין דמיון אזוי האט ער נישט נאר נישט פארגעסן נאר אויך זיך אויסגעריבן.

דמיון מיט די יצר

לדעת ה'ספורנו' איז די נחש וואס האט מפתה געווען אדם הראשון געווען די 'כח הדמיון האנושי' די יצר הרע וואס רעדט איבער דעם מענטש צו זינדיגן און גליסטן צו נישט גוט'ס טוט זיך באנוצן מיט די כח 'הדמיון' ער רייצט אן און מאכט די עבירות קאלירפול. בעפארן חטא עץ הדעת, ערקלערט די ספורנו איז די כח הדמיון ביי אדם און חוה געווען גאר שטארק און נאכן חטא האט הקב"ה עס אפגעשוואכט.

נמצא למדין אז די שטערקסטע געווער אקעגן די יצר וואס קומט מיט דמיון איז אויך דמיון. ווי רבי ישראל סאלאנטער זצוק"ל שרייבט מוראדיגע רייד: במה השיגו האבות הקדושים וכל גדולי עולם ז"ל את מדרגתם? ווי אזוי האבן די אבות הקדושים און אלע גדולי עולם דערגרייכט צו זייערע מדרגות? זיי האבן געוויסט איבער די מעכטיגע כח פון ציורי הלב פון דמיון, זיי האבן געוויסט אז די יצר די שטן טוט פארכאפן דעם מענטש מיט דמיונות און ציורים, האבן זיי זיך באנוצט מיט די כח זיך מצייר צו זיין ציורי הקדושה די ציור פון גן עדן, די ציור פון די תענוג הנפלא פון דינען הקב"ה און מיט דעם האבן זיי געקענט בייקומען דעם יצר הרע.

אונז פשוטי עם – שרייבן די בעלי מוסר – דארפן זיך אויך באנוצן מיט די כח הציור און דמיון זיך אויסצומשלן שכר און ועונש (כמבואר בספרי חסידות בצעטיל קטן ועוד לקיים מסירות נפש ע"י ציור).


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל