-די לאס אנדזשעלעס קאונטי האט געמאלדן, אז איר "בלייבן-אינדערהיים" געזעץ, וועט אנגיין כאטש ביז מאי 15, און מעגליך זיך פארציען אריין אינעם זומער.

-די ציפער פון טויטע דורך די ווירוס אין אמעריקע אריבער צו איבער 20,000. דאס טוט אנהייבן איבערשטייגן די יערליכע ציפערן פון די צאל טויטע, וועלכע ווערט געשאפן דורך די פלו.

-דער בריטישע פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן, וועלכע איז געווען אין א קריטישע צושטאנד, זייענדיג אנגעשטעקט מיט די קאראנעוויירוס, איז אין א פיל בעסערע צושטאנד, לויט א באריכט פון עטליכע דאקטוירים. ווי עטליכע נאנטע פונעם פרעמיער מיניסטער געבן איבער, האט דזשאנסאן געזאגט, "איך קען נישט גענוג דאנקן מיינע דאקטוירים אויף אלעס וואס זיי האבן מיר אלס געטאן, איך בין שולדיג פאר זיי מיין לעבן!"

-אין אמעריקע איז שוין פארהאן 532,879 אפעקטירטע און 20,577 טויטע פונעם ווירוס.

-ארום דער וועלט איז שוין פארהאן איבער א מיליאן און 780 טויזענט אפעקטירטע און 108,819 טויטע פונעם ווירוס.


באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל