אן ארטיקל וועלכע ליינט זיך מיט קידוש-לבנה אותיות "די שוועריגקייט פון סאשעל דיסטענסינג אין די חסידישע קאמיוניטיס", געשריבן דורך א געוועזענע קרית יואל'ע פרוי מיט'ן נאמען "פרומט גאלדבערגער", האט באקומען די העדליינס אינעם ניו יארק טיימס.

די ארטיקל לויפט אויף די נייע לעבן וועלכע היימישע אידן גייען דורך אין די איצטיגע טעג, מיט'ן נישט קענען דאווענען מיט מנין און נישט קענען גיין אין מקוה, ווי אויף באציהט זיך די ארטיקל ווי שווער די יום טוב פסח פאלט אויף די אידן מיט די סאשעל דיסטענסינג רעגולאציעס. פאלגענד האט איר איבערגעשריבן די ארטיקל פונעם "ניו יארק טיימס" אין דער אידישע שפראך:

"מיין מאמע איז א חסידישע פרוי מיט 12 קינדער, נאנט צו 100 אייניקלעך און אסאך איר-אייניקלעך. די היי-יעריגע פסח וועט זיין די ערשטע מאל וואס מיין מאמע וועט זאגן די מה נשתנה אליין, אנשטאט איר יונגסטע איינקלעך זאלן עס זיסערהייט פארליינען. זי וועט דארפן סערווירן איר רייכע עסן, פון אירע טשיקען-זופ מיט די אייער-געמאכטע לאקשן, ביז אירע פאלשע פיש, בלויז פאר מיין פאטער. אנשטאט אנצופילן אירע 12-14 בענקלעך ארום איר דיינינג רום טיש, וועט עס זיין ווי א צוויי-מענטשן פאַרטי.

אינעם אנהייב פונעם קאראנעווירוס-קריזיס, ווען איך (שרייבט מרת. גאלדבערגער) האב גערעדט צו מיינע פאמיליע מיטגלידער פון קרית יואל, די שטאט ווי איך האב געוואוינט מיט מיין מאן און קינדער ביז 11 יאר צוריק, איבער וויאזוי די היי-יעריגע פסח וועט צוגיין, האט קיינער נישט געגלייבט בכלל אז עס וועט נישט פארקומען די געווענליכע יערליכע פייערונגען. 

ביי די היימישע אידן איז די קריזיס פיל ערגער ווי ביי אנדערע, צוליב די גרויסע צעמישעניש וועלכע הערשט דארט, זינט צענדליגע רבנים לאכן אפ פון די גאנצע ווירוס. איך אליין האב שוין פארלוירן דריי נאנטע אין די לעצטע טעג פונעם ווירוס, און עס טוען אוועקפאלן טעגליך צענדליגע אידן, וועלכע איז זיכער צו פארדאנקן די גרויסע פראצענט פון די היימישע אידן וויאזוי זיי באהאנדלען די ווירוס מיט א גרינגקייט. ווי אויך, איז די "מאנגל פון אינפארמאציע" וועלכע קומען אן צו די היימישע אידן איינע פון די גרויסע פראבלעמען וויאזוי מען באהאנדלט די ווירוס, טעלעוויזיע, אינטערנעט און גוי'אישע צייטונגען איז פארבאטן אין די היימישע געגנטער, סמארטפאונס איז נישט ערלויבט צו ניצן פאר פערזענליכע ענינים, די אויפגעקלערטע האבן שוין טאקע צוויי פאָונס א פליפ-פאון פאר די גאס, און א סמארטפאון וועלכע ליגט באהאלטן אינעם ביזעם-טאש... אדער אינעם טיפסטע טאש פונעם פרוי'ס פאַקעט-באָק... אבער מיט דעם אלעם, באקומט דער עולם די נייעס שפעט (ווען דער איד/דער בלאט ערשיינט דאנערשטאג...)

דאן, איז פארהאן דעם פונקט אז די שטיקלעך אמת'ע אינפארמאציע וועלכע קומען שוין יא אן צו די דאזיגע אידן, ווערט נישט אנגענומען מיט קיין ערנסטקייט, זינט יעדע זאך וועלכע גרעניצט זיך מיט סייענס האט ביי זיי א פראבלעם פון אמונה און כפירה.

די מערערע פאמיליע פארזאמלונגען וועלכע הערשט ביי די היימישע, איז אויך א סיבה פארוואס די ווירוס איז אזוי צושפרייט געווארן, ספעציעל ווען מען האלט נאך פורים, ווען טויזענטער אידן פון יעדע יארגאנג זענען ארומגעגאנגען פון הויז צו הויז, און ווי אויך איז פארהאן די פאקט, אז היימישע אידן טוען דאווענען מיט כאטש 10 מענטשן, דריי מאל א טאג, און טוען גיין אין מקוה יעדע צופרי.

צוריק צו פסח: די פסח ביי חסידישע אידן, הייבט זיך שוין אן אין דער חנוכה סעזאן, ווען די בעלהבית'טעס הייבן אן קראצן און רייבן די גאנצע הויז פון יעדע משהו חמץ, און דערנאך הייבט זיך אן די קאכעריי פון די געשמאקסטע און רייכסטע מאכלים, ווי מען לייגט אריין שווערע שעות. פאר די היימישע אידן וועט די ערגסטע טייל פונעם ביטערע קריזיס זיין דער פאקט, אז זיי ועלן דארפן מאכן אליינס די סדרים אן די גאנצע פאמיליעס, ספעציעל מיט דעם פאקט, אז מיר הייבן אן די סדר מיט "כל דכפין ייתי ויכול"....

די זאך וואס מאכט די אידישע פאלק אלס א הערליכע פאלק, די פאקט פונעם נאנטקייט וועלכע הערשט ביי פאמיליע פארזאמלונגען, דאס טוט מאכן די ווירוס נאר ערגער. איך וויל נישט ווייזן די פינגער אויף די אידן וואס פאלגן נישט אויס די געזונטהייט רעגולאציעס, אז צוליב זיי איז די ווירוס אזוי צושפרייט אין די אידישע געגנטער, ווייל רוב אידן ווילן טאן די ריכטיגע זאך, אבער עס הערשט פשוט א צעמישעניש, די פינגערס דארפן ווערן געוויזן אויף די רבנים, כאטש וואס עטליכע פון זיי זענען ארויסגעקומען אז מען זאל בלייבן פסח אינדערהיים, האט כמעט קיין איין רב אדער דיין ארויסגעקומען איבער די וויכטיגקייט פון סאשעל דיסטענסינג."




באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל