בעת געזונט באאמטע אַרום די וועלט מוטשענען זיך צו באַקומען מער ווענטילאַטאָרס צו באהאנדלען די קאָראָנעווירוס פּאַציענטן, נייגן זיך עטליכע דאָקטוירים אָפּ פון ניצן די אטעמען מאשינען ווען זיי קענען.

די סיבה: עטלעכע שפיטעלער האָבן געמאלדן אבנארמאלע הויכע טויט ראַטעס פאַר קאָראָנעווירוס פּאַציענטן אויף ווענטילאַטאָרס, און מאנכע דאקטוירים זאָרגן אַז די מאשינען קען שאַטן געוויסע פּאַציענטן.

די טוישענדע באהאנדלונגען צייגט די פאַקט אַז דאקטוירים לערנען זיך נאך וויאזוי צו באהאנדלען אַ ווירוס וואס האט זיך באוויזן קוים עטליכע מאנאטן צוריק. זיי פאַרלאָזן זיך אויף אומזיכערע, לעבעדיגע דאַטאַ. עס איז אן אנלויפעניש פון פּאַציענטן און א מאנגל פון קריטישע פארזארגונג מאטעריאל.

מאכאנישע ווענטילאַטאָרן שטופּן אַקסידזשען אין פּאַציענטן וועמענ'ס לונגען טויגן נישט. ניצן די מאַשינען נעמט אריין דאס איינשלעפן אַ פּאַציענט און אריינשטעקן אַ רער אין די האַלז. טויטן ביי אַזעלכע קראַנקע פּאַציענטן זענען אָפט, נישט קיין אונטערשייד פארוואָס זיי דאַרפן די מאַשינען.

אַלגעמיין גערעדט, 40% ביז 50% פון פּאַציענטן מיט שווערע רעספּעראַטאָרי ליידן שטאַרבן בשעת זיי זענען פארבינדן מיט די ווענטילאַטאָרס, זאגן עקספּערטן. אָבער 80% אָדער מער פון די קאָראָנאַווירוס פּאַציענטן וואָס זענען געשטעלט אויף די מאשינען אין ניו יארק סיטי זענען געשטאָרבן, זאָגן סטעיט און שטאָטישע באאמטע.


באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל