טויזענטער אידן און להבדיל גוים פון איבער די גאנצע וועלט, טוען רידערן אין די לעצטע טעג, מיט די פרייליכע נייעס, אז דר. זעלענקא פון קרית יואל איז אויפגעקומען מיט אן אויסטרעפעניש פון א מעדעצין וועלכע קען אפשטעלן די וויירוס!

דר. זעלענקא, וועלכע איז א דאקטער וואס טוט באהאנדלען פאציענטן אין קרית יואל און אין מאנסי, איז ערשינען די פארגאנגענע וואך מיט א ווידעא, ווי ער האט געלאזט הערן א שאקירנדע סטעיטמענט, נעמליך "די וויירוס אין קרית יואל וועט אפעקטירן 90 פראצענט פון די פאפולאציע (35 טויזענט אידן)!"

דר. זעלענקא האט די וואך ארויסגעשיקט נאך א ווידעא, זאגענדיג "איך בין א דאקטער וועלכע באהאנדלט 35 טויזענט פאציענטן אין אפסטעיט, ניו יארק, און איך האב אנגעהויבן צו געבן א געוויסע מעדעצין פאר מיינע פאציענטן, און איך מוז זאגן, עס האט געהאלפן!"

די צוויי ווידעאס, האט געשאפן א שווערע שטורעם אין די מעדעצינישע וועלט, "האט מען שוין ענדליך געטראפן די ישועה?" אבער פון דער אנדערע זייט, האבן די ווידעאס אויך געשאפט א שטארקע אנטיסעמיטיזם, ווי מיר האבן אלע מיטגעהאלטן אין די לעצטע טעג, ווי פילע געשעפטן האבן נישט אריינגעלאזט קיין אידן, מיט'ן אויסרייד אז אלע אידן זענען אפעקטירט און אז אידן טוען צושפרייטן די וויירוס (די קרעדיט פון די אקטן קומט זיך א גרויסע טייל פאר זעלענקא, וועמענס ווידעא, ווי ער זאגט אז "90 פראצענט פון די אפסטעיט אידן זענען אפעקטירט", איז געגאנגען שטארק וויירעל).

היינט, נאך עטליכע טעג פון די שפאַלט פון ליכטיגקייט, וועלכע האט זיך שוין אנגעזען אויפ'ן האריזאנט, האט די "ווילעדזש אוו קרית יואל" שטייענדיג מיט די חברה הצלה, פייער דעפארטמענט, עזרת חולים, חברים א.א.וו. ארויסגעלאזט א שארפע בריוו אקעגן דר. זעלענקא, וועלכע טוט אים הייסן צו אויפהערן פארשפרייטן די פאלשע מעדעצינישע שמועות. פאלגענד האט איר טיילן פונעם בריוו אין אידיש:
מיט א שווערע הארץ, טוען מיר איצטער שרייבן די אפענע בריוו צו דר. זעלענקא. דר. זעלענקא איז פאר יארן געווען א רעספעקטירטע און וויכטיגע דאקטער פאר אונזערע איינוואוינער.

כאטש, וואס דר. זעלענקא איז נישט קיין ספעצעליסט אין "אינפעקשאָנס" אדער אין עפידעמיאָלאָגיע (די חכמה פון מעדעצין), האט דר. זעלענקא אין די לעצטע טעג ארויסגעשיקט ווידעאס אויף יוטוב, וועלכע איז שטארק צושפרייט געווארן. כאטש, וואס רוב פון זיינע קרית יואל פאציענטן האבן דאס נישט געזען (צוליב וואס האבן נישט קיין צוטריט צו קיין אינטערנעט), האבן אבער צענדליגע טויזענטער מענטשן (וועלכע זענען נישט זיינע פאציענטן) געזען די ווידעאס, און זענען געווארן באאיינפלוסט דערפון, מיינענדיג אז ער איז דער "הויפט דאקטער פון קרית יואל" (ווי ער האט זיך אנגעגעבן), אן אקט וועלכע איז נישט אמת און האט שטארק אראפגעברענגט די ריספעקט פון אונזער קאמיוניטי!

טרויעריגערהייט, מוזן מיר ארויסקומען זאגן, אז די אלע עצות און אנווייזונגען וואס דר. זעלענקא האט געגעבן, איז מערסטנס פאלש און אומ'אחריות'דיג, און די גארער וועלט זאל דאס נישט אננעמען, זינט זיינע אנווייזונגען וואס זענען געווען געבויעט אויף די צאל פאציענטן וואס ער האט שוין גע'טעסט איז פאלש!

צום מערסטנס, וואס די ווידעאס האט אויפגעטאן, איז א פאניק און אנטיסעמיטיזם, דורך צענדליגע נישט-אידישע געשעפטן פון מאנראו וועלכע האבן געוואלט צומאכן (אריינגערעכענט גראסערייען, פארמאסיס) צוליב די ציפערן פון די פולע אפעקטירטע וואס זעלענקא האט אנגעגעבן!

מיר, און אלע אונזערע בירגער וואלטן זיך זייער געפרייט צו ארבעטן מיט דר.זעלענקא, אבער צום ערשט מוז זעלענקא אויפהערן צו ארויסשיקן די אלע ווידעאס אויף יוטוב, וועלכע טוט לייגן אונזער קאמיוניטי אונטער אן אומ'יושר'דיגע פארגרעסערינג-גלאז דורך ציווילע פון ארום דער וועלט. אבער צום ווייניגסטנס, מוז ער אויפהערן זיך אהערשטעלן אלס דער "דאקטער פון חסידישע אידן" אדער אלס דער "דאקטער פון קרית יואל" ביי סיי וועלכע פובליק פלאץ!

חלק א'

חלק ב'




באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל