מאכט גרייט אייער קעשענעס, טשעקלעך זענען אויפ'ן וועג!

וואשינגטאן - די ווייסע הויז און דער סענאט האבן היינט באוויזן צו דערגרייכן א מאסיווע "צוויי טריליאן דאלער'דיגע" קאראנעוויירוס שפענדינג ביל, וועלכע צילט ארויסצוהעלפן די עקאנאמישע טייל וואס די אויסברוך האט שאדן געמאכט.

אונטער די נייע פלאן, וועלן אלע מענטשן וועלכע פארדינען יערליך ביז 75 טויזענט דאלער, באקומען $1,200 טשעקס. פאמיליעס וועלכע פארדינען יערליך ביז 150 טויזענט דאלער, וועלן באקומען $2,400 טשעקס, ווי אויף וועט ווערן צוגעלייגט באזונדערע טשעקלעך פון $500 פאר יעדע קינד.

מיט די נייע ביל, וועט אויך ווערן צוטיילט 100 ביליאן דאלער פאר שפיטעלער, 350 ביליאן דאלער פאר קליינע ביזנעסער, 500 ביליאן פאר קארפאראציעס, אריינגערעכענט לופטליניעס און שיפן-פירמעס וואס האבן פארלוירן געלט דורכאויס דעם אויסברוך. ווי אויך וועט ווערן צוטיילט ארום 150 ביליאן פאר שטאטישע און לאקאלע פאָנדס.

די סענאט וועט היינט שטימען פאר'ן נייע אפמאך, און דערנאך וועט עס אריבערגיין צו קאנגרעס.



באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל