א פרישע געזעץ - אונטערגעשריבן דורך גאווערנער קאומא - פארלאנגט פון אלע שולעס אין ניו יארק צו אבזערווירן א ׳מאמענט פון שטילקייט׳ אין אנדעקט פון די איבער 3,000 אומגעקומענע אין די שוידערליכע סעפטעמבער 11 אטאקעס. דער גאווערנער האט געזאגט אז אצינד וואקסן אויף קינדער וועלכע געדענקן נישט דעם פינסטערן טאג אין די היסטאריע פון ניו יארק און עס פאדערט זיך אזא געזעץ צו פארזיכערן אז מען געדענקט אייביג די קרבנות און די העעראישע ניו יארקער וועלכע זענען אומגעקומען ביים ראטעווען אנדערע. דער געזעץ איז שוין אריין אין קראפט און אלע שולעס אין ניו יארק האבן היינט - סעפטעמבער 11 - אפהאלטן א מאמענט פון שטילקייט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל