פרעזידענט טראמפ האט היינט געמאלדן אז ער האט אפגעזאגט זיין נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער דזשאן באלטאן שרייבנדיג ״איך האב געזאגט פאר דזשאן אז זיין דינסט איז מער נישט נויטיג פאר די אדמיניסטראציע, איך האב אפט נישט מסכים געווען מיט זיינע פארשלאגן, און אזוי אויך אנדערע אין די אדמיניסטראציע, און דעריבער האב איך אים געבעטן צו רעזיגנירן, און ער האט מיר איבערגעגעבן זיין רעזיגנאציע היינט אינדערפרי״. באלטאן איז געווען דער מערסט-רעכטער באאמטער אין די אדמניסטראציע און געשטופט פאר א שטייפערע ליניע קעגן איראן און צפון קארעא, און צפון קארעא האט עפנטליך אפעלירט צו טראמפ ער זאל אים ארויסווארפן פון די אדמיניסטראציע. באלטאן האט עפנטליך געלייקנט אז טראמפ האט אים אפגעזאגט און געזאגט אז ער האט אליין רעזיגנירט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל