דער קרעמעלין האט רעאגירט צו די באריכטן איבער א שפיאן אינערהאלב דעם קרעמעלין וואס אמעריקע האט ארויסגעשמוגעלט פון רוסלאנד אויס זארג אז פרעזידענט טראמפ וועט זיך פאררעדן וועגן אים. דער קרעמעלין האט געזאגט אז עס האנדלט זיך פון א מינדערוויכטיגער באאמטער וואס איז אפגעזאגט געווארן מיט יארן צוריק. אבער עטליכע פארלעסליכע נייעס קוועלער האבן באשטעטיגט אז עס האנדלט זיך אייגענטליך פון א גאר הויכער באאמטער אינערהאלב די פוטין אדמיניסטראציע.

דער ׳ניו יארק טיימס׳ זאגט אז זי האט קראנטע אינפארמאציע אז דער שפיאן האט געליפערט אינפארמאציע פאר אמעריקע פאר צענדליגע יארן, און איז געווען דער סאמע וויכטיגסטער שפיאנאזש קוואל פאר אמעריקע אין רוסלאנד, און אז די אמעריקאנער שפיאנאזש געמיינדע איז ״געגאנגען בלינד״ נאכדעם וואס מען האט אים פארלוירן, און האבן נישט געהאט קיין אינפארמאציע פון אינערהאלב פוטין׳ס נאנטע ראטגעבער.

די סי-איי-עי לייקנט ווייטער אפיציעל דעם באריכט, אבער פילע געוועזענע סי-איי-עי באאמטע האבן באשטעטיגט די עקזיסטעניץ פון אזא שפיאן, און איין אנאנימער באאמטער האט געזאגט אז דער ענדגילטיגער באשלוס אים צו זאפארט אהיימברענגען איז געקומען נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אפגעהאלטן א זיצונג מיט פוטין אין העלסינקי צווישן פיר אויגן, אבער האט זיך אנטזאגט צו מיטטיילן מיט שפיאנאזש באאמטע וואס ער האט מיט אים דיסקוטירט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל