עפל האט - ווי יעדעס יאר אזא צייט - היינט אפגעהאלטן זייער איווענט, ווי זיי האבן אויפגעשפילט זייערע נייע מאשינען און סאפטווערס וואס זיי האבן פראדוצירט. עפל האט פראדוצירט עטליכע נייע גרויסע (און פארשטייט זיך טייערע) סמארטפאונס, א נייע עפל-זייגער און א נייער אייפעד. די איווענט איז פארגעקומען - אזויווי די פארגאנגענע יארן - אין זייער הויפטקווארטיר אין קאליפארניע.



דאס יאר האבן זיי אויפגעשפילט צום ערשט זייער נייער סאפטווער וואס וועט גערופן ווערן "עפל אַרקעיד" וואס דאס איז א נייער עפפ וואס וועט ענטהאלטן הונדערטער געימס. די סאפטווער וועט קאסטן $4.99 פאר סובסקריבשאָן א מאנאט, פאר א גאנצע פאמיליע, און עס וועט ארבעטן אויף אייפעדס, און אייפאונס.

עפל'ס סי.אי.או. טים קוק ביים אויפשפילן די נייע "ארקעיד סאפטווער"

דערנאך האט מען אויפגעשפילט א נייען סאפטווער וואס וועט גערופן ווערן "עפל טי.ווי. פּלאָס", וואס דאס וועט זיין א קאנקורענץ פאר נעטפליקס, ווי מען וועט קענען וואַטשן מאוויס און טי.ווי. שאָוס וואס וועט פראדוצירט ווערן דורך עפל. די סאפטווער וועט קאסטן $4.99 פאר א סובסקריבשאָן א מאנאט פאר אייער גאנצע פאמיליע, און פאר ווער עס וועט קויפן איינע פון די נייע אייפאונס, וועט באקומען איין יאר פריי פון אפצאל. 

די לאגאו פון די נייער "עפל טי.ווי. פלאס סאפטווער"


דאן האט מען אויפגעשפילט דעם נייער אייפעד וועלכער איז די זיבעטע גענעראציע פון די אייפעדס. די אייפעד וועט זיין 10.2 אינטשעס גרויס, די גרעסטע פאָרמאַט וואס עפל האט שוין פראדוצירט. עס קומט מיט אסאך נייע פונקציעס ווי מולטי-טעסקינג, און נאך. די אייפעד קומט מיט א שרייב-פענסיל וועלכער מען קען ניצן פאר די סקרין, און ווי אויך א קיבאורד. די פרייזן וועט זיך אנהייבן ביי $329.

די נייע זיבעטע גענעראציע "אייפעד"


דערנאך האט עפל אויפגעשפילט א ווידעא ווי צענדליגע מענטשן דערציילן געשיכטעס וויאזוי די "העלט עפפ" פון די "עפל-זייגער" האט געראטעוועט זייער לעבן דורכ'ן אויטאמאטיש רופן ערשטע-הילף ווען איר פארלירט אייער באוואוסטזיין, צוליב דעם האט עפל'ס סי.אי.או. טים קוק געמאלדן אז מען וועט מאכן דריי נייע געזונט שטודיעס ווי הויעך איז די גערויש ארום אייך, וויאזוי אייער הארץ ארבעט, און נאך. דאן האט מען אויגעשפילט די נייע עפל-זייגער מאדעל 5, וואס קומט מיט נייע פונקציעס ווי א בעטערי וואס קען זיך האלטן פאר 18 שטונדען אן טזשאַרדזשען, צו טעלעפאָנירן אינטערנאציאנאל אין נויטפאל, די סקרין פון די זייגער לעשט זיך קיינמאל נישט אויס, נייע ערליי בענדס, און נאך. די פרייזן הייבט זיך אן ביי $399.

די נייע עפל-זייגער מאדעל 5 וואס לעשט זיך קיינמאל נישט אויס

די נייע ערליי זייגער בענדס וואס קומען מיט די זייגער



דערנאך האט עפל אויפגעשפילט דריי נייע טעלעפאנען, דאס ערשטע איז די "אייפאון 11 פראָו מעקס", וואס די סקרין איז 6.5 אינטשעס (געמאסטן שיעף), פארבעסערטע ספיקערס, און פארבעסערטע קאמערעס. די פרייזן זענען $1,099 - $1,449, די טייערסטע נעמט אריין 512 גיגעבייט. 

די נייע אייפאון 11 פראו


די צווייטע טעלעפאן איז דער אייפאון 11 פראָו, וואס גייט אויף די זעלבער מאס ווי דער פאריעריגע מאדעל "אייפאון עקס. עס". - 5.8  אינטשעס, די פרייזן זענען $999 און ארויף, און די העכסטע נעמט אריין 512 גיגעבייט. די אייפאון 11 פראו קומט מיט פארבעסערטע ספיקערס, און פארבעסערטע קאמערעס.

א נענטערע בליק אויף די קאמערע פון די נייע אייפאון 11 פראו


די דריטער טעלעפאן איז דער אייפאון 11, וואס איז אויסגעשטעלט ווי די פאריעריגע מאדעל "עקס. אר", זייענדיג 6.1 אינטשעס. די געדאנק פון די מאדעל, איז פאר די קונדן וואס ווילן נישט קויפן קיין פאונס וואס די פרייז האט פיר נומערן (א שטייגער ווי די אייפאון עקס. עס.), האט מען געמאכט דעם מאדעל, וואס די פרייזן זענען פון $699 און העכער.

די קאמערע פון די אייפאון 11

די פרייזן פון די נייע אייפאונס

עפל'ס סי.אי.או. טים קוק ביי די שאָו

באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

1 תגובות

הוסף רשומת תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל