שפיאנאזש קוועלער האבן אויפגעדעקט פאר די פרעסע אז צוריק אין 2017 האט אמעריקע דורכגעפירט א קאמפליצירטע מיסיע צו ארויסשווערצן איר העכסטע שפיאנאזש קוואל וועלכער האט אינפילטרירט די העכסטע פענסטער אין מאסקווע, און אז דאס איז געטון געווארן אז טראמפ וועט זיך נישט קענען האלטן דאס מויל און וועט אריינלייגן זיין לעבן אין געפאר.
דאס איז געקומען נאכדעם וואס טראמפ האט בטעות אויפגעדעקט עטליכע גאר סענסיטיווע רעגירונג סודות, אריינגערעכנט דאס זיך פאררעדן פאר׳ן רוסישן אמבאסאדאר איבער א מדינת ישראל שפיאנאזש קוואל אינערהאלב אייסיס וואס האט אריינגעלייגט זיין לעבן אין געפאר.

דער מיסיע צו זאפארט ארויסשווערצן דעם שפיאן פון רוסלאנד איז געקומען אויפ׳ן באפעל פונעם דעמאלטסדיגן סי-איי-עי הויפט מייק פאמפעאו וועלכער האט געזאגט אז ער האט מורא אז טראמפ וועט אין זיינע געשפרעכן מיט רוסישע באאמטע רעדן צופיל און דאס קען אויפדעקן דעם קוואל און שטעלן זיין לעבן אין געפאר.

דער באריכט איז ערשט אויפגעדעקט געווארן דורך די ׳סי-ען-ען׳ נייעס קוואל וועלכע זאגט אז דאס קומט פון פארלעסליכע קוועלער אין די רעגירונג, אבער די סי-איי-עי האט אפיציעל געלייקנט דעם באריכט, און מייק פאמעפאו, וועלכער האט זינט דאן שוין פארלאזט דעם אגענטור האט רעאגירט ״דער באריכט איז דורכאויס פאלש, און נישט נאר פאלש, נאר עס קען שטעלן לעבנס אין געפאר״.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל