דער ניו יארקער העלט דערפארטמענט האט געמאלדן אז דער ׳עמערדזשענסי׳ וואס איז דערקלערט געווארן אין ליכט פון דעם מיזעלס אויסברוך ביים היימישן ציבור איז מער נישט אין אפעקט נאכדעם וואס עס זענען אריבער 14 טאג וואס עס זענען נישט באריכטעט געווארן קיין פרישע פעלער. דאס מיינט אז דער ׳וואקסין מאנדאט׳ איז מער נישט אין קראפט און אזוי אויך דער געלט שטראף, אבער פארט האבן די אויטאריטעטן געווארנט אז מען זאל ווייטער פארזיכערן אז קינדער זענען וואקסינירט. דער סטעיטמענט זאגט אז 645 קינדער זענען עפעקטירט געווארן פונעם לעצטן אויסברוך וואס איז באצייכנט געווארן אלס די ארגסטע אין איבער 30 יאר.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה