די פאמיליע פון א אידישע מיידל פון מדינת ישראל האבן געעפנט א קאמפיין צו באאיינפלוסן רוסלאנד צו באפרייען זייער 25 יעריגע טאכטער וואס שמאכטעט שוין איבער 4 חדשים אין רוסישע טורמע פאר א מינדערוויכטיגע פארלעצונג, וואס זי לייקנט אז זי איז געווען פארבינדן דערצו. דאס מיידל נעמה ישכרוף זאגט אז מען האט ביי איר געפונען א קליינע מאס פון אומלעגאלע מאריוואנא, אבער זי זאגט אז דאס איז נישט אירס און זי ווייסט נישט וויאזוי דאס איז אנגעקומען צו איר רענצל. די משפחה זאגט אז זי האט קיינמאל נישט פארמאגט אדער זיך באנוצט מיט אזעלכע סובסטאנצן, און אויסער דעם זאגן זיי אז דער שטראף איז איבערגעטריבן און זי ווערט געהאלטן אונטער גאר שווערע אומשטענדן, און עס דראעט איר יארן פון טורמע פאר א פארברעכן וואס אין רוב וועלט לענדער קריגט מען בלויז א געלט שטראף.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל