אין ליכט פון צוויי פרישע אינצידענטן די וואך אליין אין וועלכע אידן זענען ברוטאל איבערגעפאלן געווארן אין קראון הייטס האט דער נארט ברוקלין פאליציי שעף דשעפערי מעדרי געמאלדן אז די פאליציי וועט אריינברענגען מער פאטראל איינהייטן אין די 77'סטע פריסקינט וועלכע נעמט אריין די אידישע געגענט פון קראון הייטס. די לעצטע אטאקע איז געווען נעכטן ווען א גרופע יוגנטליכע זענען איבערגעפאלן א טראק און געווארפן א שטיין אויף דעם אידישן דרייווער, און עס האט זיך בחסדי השם נישט געענדיגט מיט קיין אומגליק.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל